תורה די בעסטע סחורה
אברהם פריעד
Original Track
וואס דארף א איד נאר קענען?
א איד דארף קענען תורה.
מיר האבן זיך געלאזט פארברענען,
פאר אונזער הייליגער תורה.
מען האט אונז געפלאגט און געמאטערט,
מען האט אונז אלץ נישט גע'פטר'ט
ווייל מיר היטן די הייליגע תורה!
יא, אונזער תורה.
תורה, די בעסטע סחורה,
זי היט דעם איד אין גלות,
פונקט ווי א מנורה.
תורה, די בעסטע סחורה,
היט אפ, היט די מתנה פון דעם בורא.
לערנען טייערע קינדער אין חדר,
מען לערנט זיי די תורה.
און גיבן אפ כבוד כסדר,
אונזער הייליגער תורה.
מיר וועלן אין וואסער און פלאמען,
ווי העלדן שטיין צוזאמען,
פאר אונזער הייליגער תורה.
יא, אונזער תורה, תורה, תורה.
תורה, די בעסטע סחורה,
זי היט דעם איד אין גלות,
פונקט ווי א מנורה.
תורה, די בעסטע סחורה,
היט אפ, היט די מתנה פון דעם בורא.
קום אהער אינגעלע, נענטער צו מיר,
גיב א קוק אין די גאלדענע אותיותלעך,
אין די הייליקע אותיותלעך,
גיכער גיכער, קום אהער.
אט אזוי אינגעלע,
זעץ זיך אוועק, הער זיך צו מיט קאפ
און זאג מיט מיר:
"קמץ אלף אָ",
קמץ בית בָּ",
קמץ גימל גָ",
קמץ דלת דָ".
אט אזוי דארף מען לערנען אינגעלע,
טייער אינגעלע,
זאג נאכאמאל מיט מיר:
"קמץ אלף אָ",
קמץ בית בָּ",
קמץ גימל גָ",
קמץ דלת דָ".
אט אזוי דארף מען לערנען אינגעלע,
געדענק תורה!
תורה איז די בעסטע סחורה,
געדענק אינגעלע תורה!
תורה, די בעסטע סחורה,
זי היט דעם איד אין גלות,
פונקט ווי א מנורה.
תורה, די בעסטע סחורה,
היט אפ, היט די מתנה פון דעם בורא.
