א בריוול דער מאמע
Original Track
א בריוול דער מאמע2:47
מיין קינד מיין טרייסט,
דו פארסט אוועק,
זע, זיי א זון א גוטער,
דיך בעט מיט טרערן און מיט שרעק,
דיין טרייער, דיין ליבע מוטער.
דו פארסט, מיין קינד, מיין איין איינציג קינד,
אריבער ווייטע ימ'ען,
אנקום אהין נאר פריש געזונט,
און נישט פארגעסן דיין מאמען.
יא פאר געזונט און קום מיט גליק,
זע יעדע וואך א בריוול שיק,
דיין מאמע'ס הארץ, מיין קינד, דערקוויק.
א בריוועלע דער מאמען,
זאלסטו נישט פארזוימען,
שרייב געשווינד, ליבער קינד,
שענק איר נחמה.
די מאמע וועט דיין בריוועלע לעזן,
און זי וועט גענעזן,
היילסט איר שמארץ, איר ביטער הארץ,
דערקוויקסט איר די נשמה.
