גיב נישט אויף
גרשי אורי
Original Track
אמאל כ'בין פארכאפט אין די נעכט,
די טונקלקייט כ'זוך מיט א לעכט,
ס'טונקל, ס'שווארץ,
דיין אויגן, דיין הארץ,
דו שפירסט ווי דו קענסט שוין נישט מער.
אמאל זעט עס אויס אזוי שלעכט,
אלעס ארום טונקל געדעכט,
מיך נישט פארשטייסט,
מיין נשמה, מיין גייסט,
איך שפיר ווי איך קען שוין נישט מער.
און איך ווייס, אז,
אלעס עס קומט נאר פון דיר,
און איך ווייס, אז,
ס'איז זיכער דאס בעסטע פאר מיר.
כ'געב נישט אויף, כ'געב נישט אויף,
כ'געב נישט אויף, כ'געב נישט אויף,
כ'געב נישט אויף מיינע אויגן ארויף,
ווייל איך ווייס האסט א פלאן,
און איך בין נאר דיין.
פונדרויסן ס'קוקט אויס גאר שלעכט,
אבער דעם אמת איך ווייס עכט,
אפילו טונקל, שווארץ,
אויך מיין אויגן, מיין הארץ,
דאך טיפער איך קלער.
יא יא, עס קומט גוטע טעג,
איך זאג דיר, דו ביסט אויפן וועג,
כאפ דיר אן שטארק, ווייל דו ביסט,
אויפן בארג שוין,
שטייסט אויבן אט אט ביים עק.
און דו ווייסט, אז,
אלעס עס קומט נאר פון דיר,
און דו ווייסט, אז,
ס'איז זיכער דאס בעסטע פאר מיר.
געב נישט אויף, געב נישט אויף,
געב נישט אויף, געב נישט אויף,
געב נישט אויף, דיינע אויגן ארויף,
ווייל ער האט א פלאן,
און דו ביסט נאר זיין.
