שישי
יודי ביאלוסטוצקי
Original Track
אין ביאליסטוק איז יום טוב אין די גאסן,
מקבל פנים זיין דעם רבי'ן אין די מאסן,
יעדער ארבעט שווער צו צופאסן,
די וואגן פארט אריין אין שטאט געלאסן.
דער רבי קומט אריין מיט זיין חסידים,
עס נעמען אים אויף די שטאט'ס גרעסטע נגידים,
ביי יעדער איז דאך ששון ליהודים,
די גבאי טראכט שוין פון די כיבודים.
אין אזוי גייט די שקלא וטריא,
קבלת קהל אין שטוב פון ר' שמרי',
די אכסניה וועט זיין ביי ר' זכרי',
מלוה מלכה? פיין ביי מיר, ביי יהודה ארי'.
די הכנות אויף אן אופן א ברייטן,
דער שמש טוט די בית מדרש אנגרייטן,
דער עולם קומט פון אלע זייטן,
דעם רבי'ן צום בית מדרש באגלייטן.
שבת אינדערפרי,
ר' זרח די חזן גייט צו,
ער האט די זכיה,
צו צוגיין צום ברעטל.
מיט די קאפעליע ארום ער,
ציהט מיט זיין הויעכן שטומער,
ער איז דאך די בעסטע בעל תפילה,
אין די גאנצע שטעטל.
ר' אנשיל איז אנגעצויגן,
ער מוז דאך אייביג טויגן,
ער מוז קויפן שישי,
פאר דעם גרויסן גאסט.
ער ווינקט דער גבאי מיט די אויגן,
ער ווארנט אים אן כהוגן,
ער מוז מכבד זיין,
דעם גרויסן רבי'ן ווי עס פאסט.
ר' אשר ווייסט שוין וואס וועט דא ווערן,
יעדער וועט פון אים נאך הערן,
ער איז גרייט די גאנצע שטאט איבערקערן,
ווייל שישי טוט צו אים געהערן.
ר אנשיל זעט שוין די גאנצע בראך,
ער וועט האבן אין טאש א גרויסע לאך,
ער וועט צוזאגן געלטער נאך און נאך,
ווייל ער קויפט שישי יעדע וואך.
דער גבאי קלאפט אויפן בימה,
אין שוהל א רעש א מהומה,
ער גייט פארקויפן שישי,
ער קוקט זיך ארום.
ר' אנשיל טוט דאס זען,
ער גיבט א זאג צען,
צען רובל שישי,
א מכובד'דיגן סכום.
דער גבאי שטייט און וואונדערט,
ר' ברוך זאגט א הונדערט,
הונדערט רובל שישי,
נאכאמאל געהייבט.
ר' אשר שטייט אויף מיט א חיות,
ער ווייזט מיטן האנט פינף מאות,
פינף הונדערט שישי,
ווער וואלט נאר געגלייבט.
ר' אשר אטעמט שווער,
א טויזנטער זאגט ר' בער,
ר' אשר הייבט אויף הענט,
נע נע ס'צו סאך געלט.
ר' אנשיל שטעלט זיך אויף,
ער ציהט די פרייז ארויף,
צוויי טויזנט שישי,
אבער ר' הענדל האט זיך געשטעלט.
דריי טויזנט זאגט ר' הענדל,
א שותפות מיט ר' מענדל,
מ'וועט מאכן א מי שברך,
פארן רבי'ן אזא זכי'.
דער ראש הקהל ר' גדלי',
שרייט איבער די גאנצע פמלי',
פינף טויזנט שישי,
צום ערשטן מאל, צום צווייטן מאל,
צום דריטן מאל, זכה לו,
דעם רבי'נס עליה.
אין שטעטל גייען ארום שוין די שמועות,
אין עזרת נשים קומט אן די ידיעות,
מ'האט נאך נישט געהערט אזא מציאות,
אזויפיל געלט, באצאלן פאר עליות.
דער ראש הקהל ער גיבט זיך א לאכל,
ער פילט זיך גוט ער קלאפט זיך אויפן...
ער קוקט צוריק אויף די גאנצער היכל,
אויפן פנים א ברייטע שמייכל.
די חזן זאגט אתה הראת,
בקול אדיר ונורא,
מקמיה דיקר אורייתיה,
מ'נעמט ארויס די ספר תורה.
כהן לוי און שלישי,
די ראש הקהל'ס פנים שיינט,
רביעי און חמישי,
אלע קוקן אויף די מזרח וואנט.
די גבאי מיט א קול א טיפע,
און מיט א תנועה'לע א שיינע,
הייבט אן אויפצורופן,
יעמוד מורינו ורבינו.
ער גייט אראפ פונעם בימה שוין,
צום רבי'ן טוט ער צוגיין,
דער רבי זאגט אים,
איך בין א כהן,
איך קען נישט עולה זיין.
