לכך
מאטי אילאוויטש
Original Track
ויאמר משה אל אהרן,
קרב אל המזבח,
קום צו גיין.
אהרן שעמט זיך,
כבוד נישט איך דארף,
איך בין דאך איינפאך פשוט קליין.
מיין יעדע פעולה,
איז אויף א וועג א שטילע.
איך זוך נישט קיין גדולה,
קיין כבוד קיין רכוש.
דאס ליבט דער קל שקי,
און דיר איז ער מזכה,
דו ביסט דער גרעסטער טאקע,
ווייל דו זוכסט עס נישט!
לכך לכך לכך,
דיין פשוט'ע שפראך.
לכך לכך לכך,
דו זוכסט נישט קיין שבח.
לכך, נאר לכך,
ביסט איידל און איינפאך.
לכך לכך לכך – נבחרת.
לכך לכך לכך,
דו רעדסט נישט קיין סאך.
לכך לכך לכך,
דו מיינסט אז דו ביסט שוואך.
לכך, נאר לכך,
דיר איז וועם איך גלייך,
לכך לכך לכך – נבחרת”.
ויאמר משה אל אהרן קרב,
למה אתה בוש,
קום צו גיין.
די נענטסטע מענטשן וואס דער בורא דארף,
מאכן קיין גערויש,
נאר זענען קליין!
די פאזיציע אנטראג-עס,
פאר אידן מיט הנהגות,
מיט גרויסע השגות,
וואס קיינער ווייסט פון דעם.
די מענטשעלעך די קליינע,
מיט הערצער, מוחות ריינע.
די גרעסטע שעצונג מיינע,
האב איך דייקא פאר אים.
לכך לכך לכך,
דיין פשוטע שפראך.
לכך לכך לכך,
דו זוכסט נישט קיין שבח.
לכך, נאר לכך,
ביסט איידל און איינפאך.
לכך לכך לכך – נבחרת.
לכך לכך לכך,
מיין טיר איך אויפמאך.
לכך לכך לכך,
דו ביסט הייליג און רייך.
לכך, נאר לכך,
דאס איז די אורזאך.
לכך לכך לכך – נבחרת.
דער הייליגער דגל זאגט נאך,
פונעם בעל שם, זיין סבא קדישא,
לכך נבחרת מפני שיש,
לך יראה ובושה.
דער הייליגער שפת אמת,
זאגט אט די זעלבע המצאה.
דו קוקסט אויס, אין דיינע אויגן,
כמי שאינו ראוי.
געדענק, לפיכך נבחרת, טאקע לכך,
הקב”ה אוהב את הענוים והשפלים ברוח.
לכך לכך לכך,
געדענק איין זאך.
לכך לכך לכך,
דו האסט קיין פארגלייך.
לכך לכך לכך,
ביסט ראוי צו דעם פאך.
לכך לכך לכך – נבחרת.
לכך לכך לכך,
קום ארויף צום אויבערפלאך.
לכך לכך לכך,
ביסט הויך ביזן דאך.
לכך לכך לכך,
גיי אן און דערגרייך.
לכך לכך לכך – נבחרת”.
