Download PDF

פועל ישועות

מאטי אילאוויטש

Original Track

פועל ישועותמאטי אילאוויטש5:18

איך פאר דארט אינדערווייטן,
צו די פופציג שטאטן,
שאפן געלט לשמחת בני.
געווען איין קורצן פרייטאג,
דער שבת איז פריצייטיג,
מיין קאר געבליבן שטעקן ערגעצוואו.

א פרעמדע געגנט איז-עס,
איך זוך עפעס מזוזות,
א אידיש הויז וואו איינשטיין דארטן קען-מען.
מיט מיין רענצל, מיינע זאכענעס,
טרעף איך דארט א מכניס,
אורח, וואס ער טוט מיך שיין אויפנעמען.

ער ווייזט מיר אבער שנעל',
געקלינגען שוין דעם בעל,
איך גיי שוין אין שול,' איז זיין קלאגע.
איך צינד מיין שבת פלאמעל,
איך טו שנעל אן מיין שטריימעל,
מיטן גאנצן ירושלמי'דיגן טראגע.

מיטן זאקן, קאפל ווייס,
מיטן קאפטן איך גיי אין גאס,
יעדער גיבט מיר שלום מיט די האנט.
אין שול איך זיץ ביים עק,
און מען שיקט מיך גלייך אוועק,
א צדיק דארף דאך זיצן אויבן ביי דעם מזרח וואנט.

מנוחה ושמחה – א גרויסע גאסט מיר האבן דא,
אור ליהודים – ליכטיג איבעראל.
שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב,
המה מעידים – ישועות אן א צאל.

ס'איז א טעות בעלמא,
כ'בין א פשוט'ער ירושלמי,
וואס זאמלען אפאר טאלער דא איך פרואוו-עס,
אבער ווי מער איך טו זיי ראטן,
אז אנכי הקטן',
ווערן זיי מער קראנק פאר מיין עניוות.

איך וועל מודה זיין און שטימען,
איך האב גראדע ליב באקומען,
דעם כבוד וואס פאר מיר דא אין שטאט-איז.
כדי זיך נישט צו שפירן שלעכט,
האב איך געטראכט מיט רעכט,
אז אפשר איז דאס גאר השגחה פרטית.

דא געבליבן שטעקן,
ווי א צדיק זיך אנטפלעקן,
מקיים בין איך לחשוב חשבונות.
זיך לאזן פון די טיטלען,
דערנאך וועט קומען קוויטלען,
וואס דאס קומט דאך אינאיינעם מיט פדיונות.

איי... איך צעפלאם זיך ווי א פייער,
מיט א מלאכ'דיגן שלייער,
ביז פארטאג'ס א קה אכסוף נועם.
איך האב גע'דרש'נט און גע'חידוש'ט,
געפראוועט און גע'קידוש'ט,
געפירט א שלש סעודות ביזן זמן רבינו תם.

מנוחה ושמחה – א גרויסע גאסט מיר האבן דא,
אור ליהודים – ליכטיג איבעראל.
שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב,
המה מעידים – ישועות אן א צאל.

אינדרויסן א בהלה,
תיכף נאך הבדלה,
אין גאנצן געגנט טוט מיין נאמען שמ'ן.
קומען אידן מיט משפחות,
נאך עצות און הדרכות,
פריוואטע אודיענצן זיי אויפנעמען.

א מלוה מלכה א וואש,
נאר פאר דעי מיט א טאש,
איך זינג און טאנץ, און גיב אויך כוס של ברכה.
ביז אינמיטן די נאכט, דארטן פארבראכט,
און איך באדאנק זיך פאר די העפליכע משפחה.

איך שטיי שוין ביי די טיר,
דער בעל אכסניא קומט צו מיר,
מיטן אשת חיל און א קינד.
זי פלאצט אין א געוויין,
אונזער קינד איז זייער קליין,
און איז לעצטנס זייער נישט געזונט.

פאר א יעדן, ברכות טיילסט,
דו בעטסט, בענטשט, און היילסט,
און דא איר פאקט זיך שוין די פעק.
וואו גייט איר ארויס,
רבי, היילטס אים אויס,
און מיין הארץ פאלט צוזאם פון שרעק.

צעלאזט ווערט מיין רחמנות,
א קינד מיט שווערע סכנות,
ווי קען איך היילן מיט מיין פורים-שטיק?
ווען איך ווייס דאך אזויפיל,
איך האב בלויז געשפילט א שפיל,
איך האב איבערגעצויגן שוין דעם שטריק.

איך מאך צו מיינע אויגן,
איבערן קינד געבויגן,
אוי באשעפער, וואס האב איך געטון?
איך בעט דיך טאטע טייערע,
צערייס זיי די גזירה,
אויב נישט פאר מיר, טו עס פאר מיין זון.

איך האב עס אמת'דיג געמיינט,
איך האב באמת מיטגעוויינט,
"א גאנצע רפואה, כ'זאג אייך צו".
און ווי נאר די נאכט פאלט אונטער,
א שטערקערער געזונטער,
קינד וועקט זיך אויף אינדערפרי.

אן אמת'ע געוויין,
א תפילה עכט און ריין,
קיין חילוק וויאזוי, ווער און ווען.
איז העכער אלע וויצן,
אויסהיילן און באשיצן,
זיך אליין, און יענעם, עס קען.

מנוחה ושמחה – א ישועה מיר האבן דא,
אור ליהודים – ליכטיג איבעראל.
שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב,
המה מעידים – ישועות אן א צאל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection