Download PDF

ויתן לך

שמילי אונגאר

Original Track

ויתן לךשמילי אונגאר3:32

ויתן לך אלקים,
מטל השמים משמני הארץ,
ורוב דגן ותירוש.

גאט איך וויל זיין זעכער,
אז דו פילסט יעצט אן מיין בעכער,
און ס'גיסט זיך איבער העכער,
אויף מיין וואך.

און אויב מיין גלאז איז ליידיג,
וועל איך פון דעם נישט ווערן באליידיגט,
ווייל איך ווייס אז דו זארגסט מיר דאך.

פון אויבן דארט קומט אראפ אלעס,
מאכט א חילוק מיין השתדלות,
נישט קיין חילוק ווי גרויס איז מיין פלאש.

ויתן לך אלקים מטל פון,
אויבן טוט עס אראפ פאלן,
ביז ס'קומט אן צו דיר אין טאש.

דער מלך ועד סלה,
האט וועגן ספעציעלע,
פעיפעל אדער זעלע,
אויך ביטקוין.

קעש אדער א טשעקל,
יעדער פאר זיין צוועקל,
א קוויק-פעי צו א שקל,
טאטע געב בנקל,
אבער שוין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection