Download PDF

לכתחילה אריבער

הערשי וויינבערגער

Original Track

לכתחילה אריבערהערשי וויינבערגער4:02

פול - פול מיט פראגעס דרייט זיך א חסיד,
וואס - וואס וועט דא זיין וואס איז דער עתיד,
צומישט - צומישט בין איך ביי א יעדע קלייניגקייט.

איך - איך בין פול מיט גרויסע שאיפות,
ווי - ווי פטר'ט מען דעם מח'ס רדיפות,
אזוי - אזויפיל צו אויפטון, אבער אלעס שטייט.

איך האב דאך פאר די אויגן קלאר מיין ציל,
קען אויך אפילו זיין אז איך ווייס וואס איך וויל,
רעכטס אדער לינקס, יעצט אדער באלד, יא צו ניין.

די וועלט זאגט יעדן אונטער-טיר'ל גראבן און זוכן,
און אויב מ'טרעפט נישט זאל מען איבערהיפן און קריכן,
דער רבי זאגט אז לכתחילה אריבער איז דער וועג צו גיין.

לכתחילה אריבער, מענטשעלע ליבער,
טראכט עס נישט איבער, איבער און איבער,
לעב ווי א גיבור, לכתחילה אריבער.

לכתחילה אריבער, מענטשעלע ליבער,
טראכט עס נישט איבער, איבער און איבער,
גראב נישט קיין גריבער, לכתחילה אריבער.

ברענגט - ברענגט אן צייט און פלאגט זיך אוועק,
פון - פון סוקסעס ס'כאפט אים א שרעק,
דארט - דארט בלייבט ער שטיין געפרוירן לאנגע טעג.

איך - איך האב פאר יעדן גרייט א פתרון,
ביי - ביי מיר אליין ס'שלעפט זיך שוין יארן,
קען - קען נישט פאר זיך טרעפן דעם ריכטיגן וועג.

האלטסט דער ניגון איז גענוג לעבעדיג,
אפשר איז עס צי בדיעבד'דיג,
נע, גיי דערמיט, איך זאג דיר ס'איז גוט.

רוק זיך ווייטער טראכט נישט אפילו,
דיין בדיעבד איז דער גרעסטער לכתחילה,
לכתחילה אריבער - וועסט נאך זען ס'איז א היט.

לכתחילה אריבער, מענטשעלע ליבער,
טראכט עס נישט איבער, איבער און איבער,
לעב ווי א גיבור, לכתחילה אריבער.

לכתחילה אריבער, מענטשעלע ליבער,
טראכט עס נישט איבער, איבער און איבער,
גראב נישט קיין גריבער, לכתחילה אריבער.

לכתחילה אריבער, טאטע'ניו ליבער,
עס ווארט דאך דיין ציבור, לאז אונז נישט איבער,
רעכט אויף דיין שטיבער, לכתחילה אריבער.

לכתחילה אריבער, טאטע'ניו ליבער,
זאג שוין דעם דיבור, שיק שוין דיין גיבור,
דעם גלות פאריבער, לכתחילה אריבער.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection