קידוש השם
שלום לעממער
Original Track
א איד ער טוט שטאלצירן,
די פאלק וואס טוט זיך פירן,
מיט מידות אין א יעדע סביבה,
נאר צו טון וואס ריכטיג,
אייביג ריין און ליכטיג,
ווי עס פאסט א גוטער איד.
מען רעדט מיט יעדן איינעם,
און ארבעט צו מיט שכנים,
און כולל שוהל אויך און ישיבה,
פון רב ביז מילך מעלקער,
און ארבעט צווישן פעלקער,
מען זעט גלייך אז דער שכינה רוהט.
מאך א קידוש השם,
איי איי איי איי איי,
מאך א קידוש השם,
איי איי איי איי איי,
א קידוש השם,
איי איי איי איי איי,
מאך א קידוש השם,
איי איי איי איי,
א קידוש השם.
ווער קען זיין משער,
ווי גרינג דאך איז עס טייער,
יעדע סעקונדע קען מען שיינען,
להגדיל ולהאדירה,
זעט מען אויף די צורה,
דאס שיינקייט אז דא קומט א איד.
ביים שליסן פרישע הויפן,
ביים האנדלען און איינקויפן,
פארן פליגערס באסעס באנען,
מיט דעם שמייכעלע דעם זיסן,
פארגעסט קיינמאל צו גריסן,
דעם ביטע, יישר כח, אלס אפהיט.
מאך א קידוש השם,
איי איי איי איי איי,
מאך א קידוש השם,
איי איי איי איי איי,
מאך א קידוש השם,
איי איי איי איי איי,
מאך א קידוש השם,
איי איי איי איי,
א קידוש השם.
פון ווי אזוי מען פירט זיך,
ביז ווי אזוי מען פארלירט זיך,
האלט אן דיין הנהגה אייזן,
אפילו צווישן אידן,
מיט ליבשאפט און צופרידן,
אויף נאך א איד מ'וועט ווייזן.
טי רא רא רא ראם באם,
גיב א קוק אין רמב״ם,
מקבל איז מען די מסורה,
ווער עס איז א נאמן,
דארף די מצוה נעמען,
עס איז דאך ממש מן התורה.
מאך א קידוש השם,
איי איי איי איי איי,
מאך א קידוש השם,
איי איי איי איי איי,
א קידוש השם,
איי איי איי איי איי,
מאך א קידוש השם,
איי איי איי איי.
דער קעניג האט ליב דאס קינד,
מיר זענען דערוועלטע פון איין הויז געזינד,
גאר שטאלץ האלט מען דעם פאן,
איך קוק מיר ארום און פון הארץ הייב איך אן.
מאך א קידוש השם,
איי איי איי,
מאך א קידוש השם,
איי איי איי,
מאך א קידוש השם,
איי איי איי,
מאכטס א קידוש השם,
איי איי איי איי,
א קידוש השם.
