טאנץ

שלום לעממער

Original Track

טאנץשלום לעממער3:42

לחן: אפרים מארקאוויטש \\ מילים: מאטי אילאוויטש \\ אלבום: קידוש השם

פאריאגט און פארפלאגט,
מיין הארץ אבער זאגט,
ווער פטור פון אלע קלעמען,
אלס אפגעשטעלט,
פארגעס פון די וועלט,
עס וועט אלעס שלעכטס אוועקנעמען.

די ברירה איז דיינס,
צו כאפן א טאנץ,
די הענט און די פיס אויפצוהייבן,
העלפן עס וועט,
לעולם ועד,
ממש דו וועסט עס נישט גלייבן.

זענט עטס גרייט,
גוט שבת, גוט שבת.

כאפ אן דעם רינג,
טאנצן און שפרינג,
פארגעס פון די צרות אינגאנצן,
שמחה און פרייד,
פון הימל מ'שרייט,
פיין געטאנצן, וואויל געטאנצן.

א טענצל לעבט אויף,
הייבט אויף ארויף,
עס איז אלע צרות מבזה,
פון אלעס גוטס פועל,
טאנץ פיין און וואויל,
פארגעס פונעם עולם הזה.

קיין חילוק די ביעט,
וועלכע ליד,
א פירער אדער א דרייער,
הארא מיט ראק,
אלס איז געשמאק,
טאנץ נאר און צינד אן דעם פייער.

זענט עטס גרייט,
גוט שבת, גוט שבת.

כאפ אן דעם רינג,
טאנצן און שפרינג,
פארגעס פון די צרות אינגאנצן,
שמחה און פרייד,
פון הימל מ'שרייט,
פיין געטאנצן, וואויל געטאנצן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection