משיח קומט צו פארן
יום טוב עהרליך
Original Track
מילים: יום טוב עהרליך \\ אלבום: איך האב געווארט און געווארט (מרדכי בן דוד)
ווער קלאפט עס אין די שויבן,
צוויי שיינע ווייסע טויבן.
זיי קומען הערשט פון אויבן,
און גוטע נייעס מ’האט.
ס’אוועק די שלעכטע יארן,
ס’איז אראפ דער צארן.
משיח קומט צו פארן,
ער איז דא אונטערן שטאט.
דער שוסטער מיט זיין שיכל,
דער בעקער מיט זיין קיכל,
וועט רואיג זיצן ווען דאס וועט געשען.
דער טרעגער מיט זיין פעקל,
דער סטאלער מיט זיין העקל,
דער סוחר האנדלט ווי גארנישט געווען.
אוי אוי, אוי אוי אוי,
עפעס טוט זיך הערן,
מ’קען עס נישט ערקלערן,
און פארציטערט ווערן אלע מיטאמאל,
א קול שרייט אהן א אויפהער.
מענדעלע דער סופר,
זאגט דאס איז דער שופר.
ער דערקענט דאס קול,
ובא לציון גואל,
יעדער ווערט נתפעל,
דער רבי הייסט זיך גרייטן באלד אין וועג.
אבער זיך נישט יאגן,
וואס מ’טוט פארמאגן,
וואס ס’איז נייטיג איינפאקן אין פעק.
די ערשטע זאך אצינדער,
וואס מ’דארף געשווינדער,
צאמקלויבן די קינדער,
אלע ביי די טיר.
און מ’פאקט כסדר,
אביסל וועש מיט קליידער,
אויך נעמט מיט א יעדער,
אביסעלע געשיר.
דער טאטע פאקט דעם טלית,
די מאמע פאקט די חלות,
די קינדער אלע שפילצייג מיט’ן בער.
ס’טיט אביסעל רעגן,
אזא גרויס פארמעגן,
לאזן פאר די גוים, אוי ס’איז שווער.
אוי אוי, אוי אוי אוי,
דער רבי לויפט אנטקעגן,
אין האנט האט ער דעם שטעקן,
און זיין גאנץ פארמעגן,
דעם טלית זעקל נאר.
עס ליגן דארט די תפילין,
דער סידור מיט’ן תהילים,
די טאבאק מיט די ברילן,
דאס איז אלעס גאר.
ובא לציון גואל,
קיין ארץ ישראל,
משיח קומט שוין לאמיר אלע גיין.
דאס הייליג לאנד באפרייען,
און דעם בונד באנייען,
א ניי לעבן, אוי ווי פיין, ווי שיין.
אוי כשנים קדמוניות,
אוי כשנים קדמוניות.
