Download PDF

ימות המשיח

לוי פאלקאוויטש

Original Track

ימות המשיחלוי פאלקאוויטש4:28

Cover Tracks

S0634 - ימות המשיח - לוי פאלקאוויטש

לחן: פיני אסטרייכער \\ מילים: אברהם מרדכי שווארץ \\ אלבום: טוב לי

געקומען פון די גאנצע וועלט,
א בית המקדש אויפגעשטעלט,
אידן פארשידן אלעס ווי איין,
מ'דינט דעם באשעפער אליין

ווי הערליך איז דאס בילד,
די גאסן זענען איבערגעפילט,
די פעלקער מיט מורא א ציטער מ'האט,
יעדע שטיינדעלע צוגייט פאר גאט

דער אלטער מיט'ן טעם זקנים,
דערציילט זכרונות פאר יעדן איינעם,
קינדער אומעטים,
שפילן זיך רואיג שיין ארום

קיינמאל נאכט קיינמאל טינקל,
די זון זי שיינט אין יעדן ווינקל,
פון דאגות ווער דען ווייסט,
אלעס לעבט מיט א העכערן גייסט

א פרישע קדושה,
א שמייכל פון שמחה,
ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט,
גאנץ כלל ישראל,
טוט דעם רצון השם,
מיט אחדות און הייליקייט

א גלעזל גיסט מען אן פון פלאש,
ארץ זבת חלב ודבש,
אינטערן ביימעלע אנגעלאנט,
מיט א ספר'ל אין די האנט

שמחתי איך בין גאר פרייליך,
באומרים לי בית השם נלך,
עסן פלייש און וויין,
קומען עולה רגל זיין

לווים זינגען שיר המעלות,
די שכינה הקדושה מ'זעט התגלות,
א ניגון הארציג שיין,
וואס באנעמט די נשמה אליין

א פרישע קדושה,
א שמייכל פון שמחה,
ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט,
גאנץ כלל ישראל,
טוט דעם רצון השם,
מיט אחדות און הייליקייט

הרחמן הוא יזכנו,
לימות המשיח,
דעם הייליג שיין,
זאלן מיר שוין זוכה זיין,
ותחזינה, ותחזינה עינינו,
בשובך לציון טאטע קער דיך צוריק,
ברענג אונז שוין די טעג פון גליק

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection