Download PDF

הנעלבין

ליפא שמעלצער

Original Track

הנעלביןליפא שמעלצער4:41

עושין מאהבה ושמחין שומעין חרפתן ואין משיבין עליהן הכתוב אומר ואוהביו כצאת השּמש בגבורתו הנעלבין ואינן עולבים הנעלבין ואינן עולבים שומעין חרפתן ואין משיבין

די גרויסע לבנה שיינט איר ווייסע שיין,
די קליינע זון זי שטעלט איר שטראל אריין,
קומט די לבנה און קלאגט צום בורא דאן,
אין שני מלכים מולכים, צוויי ליכט קען נישט זיין.

זאגט דער בורא, אה איך נעם ארויס דערפון,
דו ווער קליין און גרויס מאך איך די זון,
קומט דער הייליגער מאירי און טייטשט אריין דערין,
אויב איר ווערט אמאל פארשעמט שווייג און מאך זיך שטום

איך בין מיט מענטשן דא צוזאמען,
פונקט איינער מוז מיר פארדאמען,
מיין פנים הייבט אן פלאמען,
סאיז שווער זיך האלטן אין די ראמען

אבער דער באשעפער וועט שוין דאגה'ן,
ענטפערן יעדנס פראגן,
פון א שכן שותף צו א מנגן,
איך ענטפער גארנישט מער ווי שווייגן

א באקעלע א רויטע ווייסע,
א האקעלע אויג א נאסע,
א מכה'לע האסט מיך וויי געטון,
א גאנצע מעשה,
פרעג בעסער נישט, אוי געוואלד ווייל איך וויל שווייגן,
א שווייגעניש גרינג איז עס מיר גראדע נישט,
אבער נאר דאס היילט די ביטערע ליידעניש,
ווי עס שטייט וידום אהרן,
אהרן האט געשוויגן און באקומען שכר.

הנעלבין ואינן עולבים,
הנעלבין ואינן עולבים,
הנעלבין ואינן עולבים.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection