אמונה
הערשי ראטענבערג
Original Track
אמונההערשי ראטענבערג4:47
מיין רבי האט געלערנט מיט מיר אמונה,
מיין טאטע גערעדט מיט מיר אמונה,
מיין מאמע איי מיין ליבע מאמע,
געזינגען געוויגט,
געוויגט און געזינגען,
געזינגען אמונה מיט מיר.
הערשעלע ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט,
נאר צו אים דארפסטו רעדן ווען עפעס דיר פעלט,
הערשעלע ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט,
און ווען דו ווילסט דיין הארץ אויסגיסן,
אלעמאל מיט אים קענסט שמועסן.
