Download PDF

קומט אהיים

מרדכי ווערדיגער

Original Track

קומט אהייםמרדכי ווערדיגער2:58

פלוצלינג הערט מען נייעס,
אלץ ווערט אפגעשטעלט, מיטאמאל.
מ'לויפט פון אלע זייטן,
פון דער גאנצער וועלט, אן א צאל.
ארום ירושלים, א קול וואס ציט,
מיליאנען שופרות שרייען, מ'ווערט נישט מיד,
ס'איז יום טוב אין די גאסן, אלע פול.

אידן, אידן, קומט אהיים,
משיח וועט שרייען, אין די גאסן פון ירושלים,
אידן, אידן, קומט צו גיין.
מיט ליבשאפט, מיט שלום,
ס'איז אמת, ס'איז נישט קיין חלום.
לחיים, ליבע אידן,
זייט פרייליך און צופרידן.
השם אלוקינו השם אחד.

יעצט פונקט ווי מתן תורה,
יעדער אויסגעהיילט מיטאמאל.
די הערצער אלע פרייליך,
מיט פאראייניגטקייט, כלל ישראל.
דאס גאנצע ליבשאפט געבן, פאר יעדן איד,
נאר זען דאס גוטס ביי יעדן, ווי וואויל, ווי גוט.
ער קומט, ער קומט, נאך היינט, אויב יעדער וויל.

אידן, אידן, קומט אהיים,
משיח וועט שרייען, אין די גאסן פון ירושלים,
אידן, אידן, קומט צו גיין.
מיט ליבשאפט, מיט שלום,
ס'איז אמת, ס'איז נישט קיין חלום.
לחיים גוטע ברידער,
טאנצט און פרייט אייך ווידער,
השם אלוקינו השם אחד.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection