בענקעניש
דודי קאליש, שלומי גערטנער
Original Track
וואו טוט די זון שטראלן, וואו הערשט ווארעמקייט,
אין יעדע ווינקל הערשט אן ענגשאפט און א טונקלקייט.
ווי לאנג וועל איך בלייבן דא אזוי אליין,
איך האלט שוין נישט אויס, מיין הארץ עס קלעמט אונטער א שווערע שטיין.
טאטע, וואו ביסטו, עפן דעם טיר.
נעם מיר ארום דיר, און דערקוויק מיר,
דיין ליב שמייכל, רואיגט מיר.
נעם מיר ארום דיר, וויש מיינע טרערן, ווען ביסט מיט מיר, מיין הארץ רוט.
וואו טוט די זון שטראלן, וואו הערשט ווארעמקייט,
אין יעדע ווינקל הערשט אן ענגשאפט און א טונקלקייט.
ווער וועט מיר אויפלייכטן, שטילן מיין געוויין,
טאטע, טאטע, נאר דו קענסט, איז ווען קומסטו אהיים.
טאטע, וואו ביסטו, עפן דעם טיר.
נעם מיר ארום דיר, און דערקוויק מיר.
דיין ליב שמייכל, רואיגט מיר.
נעם מיר ארום דיר, וויש מיינע טרערן.
ווען ביסט מיט מיר, מיין הארץ רוט.
וואו טוט די זון שטראלן, וואו הערשט ווארעמקייט,
אין יעדע ווינקל הערשט
אן ענגשאפט און א טונקלקייט.
טרערן אין די אויגן, שטערן מיר דעם זען,
איך קוק זיך ארום ווי טונקל, ס'איז פיל בעסער געווען.
טאטע, וואו ביסטו, עפן דעם טיר.
נעם מיר ארום דיר, און דערקוויק מיר.
דיין ליב שמייכל, רואיגט מיר.
נעם מיר ארום דיר, וויש מיינע טרערן.
ווען ביסט מיט מיר, מיין הארץ רוט.
