והנה נער בוכה
זאנוויל וויינבערגער
Original Track
ביים וואסער'ל דארט, ליגט משה אליין,
משה אליין, משה אליין,
אין זיין קליינ'עם קעסטעלע, וויינט הער א געוויין,
א געוויין, א געוויין,
פרעה'ס טאכטער הער דאס אויס,
און איר הארץ גייט אויס.
ווייל די צדיקים זאגן, אז ווען א אידיש קינד וויינט,
ער וויינט, ער וויינט, ער וויינט,
קען מען נישט שטיין פון דער ווייט!
וְהִנֵּה נַעַר בֹּכֶה; וַתַּחְמֹל עָלָיו,
וויאזוי קעמען זאגן ניין,
ניין ניין ניין פאר א קינד'ס געוויין,
וויאזוי קעמען זאגן ניין,
ניין ניין ניין ווען א אידיש קינד וויינט.
וויאזוי, קענסטו זאגן ניין,
ווען דיינע קינדערליך שטייען און שרייען,
און בעטן מיט געוויין,
וויאזוי, קענסטו זאגן ניין,
פאר אזויפיל רפאנו'ס שמע קולנו'ס,
לויטער און ריין.
וויאזוי, קענסטו זאגן ניין,
ווען טויזנטע יארן - פון גלות צו גלות - מיר גייען,
אט אזוי, גיימער שוין אהיים,
ושובו בנים לגבולם ונאמר אמן.
