ליכט שמועסן
מיכאל שניצלער
Original Track
די שטוב איז ציכטיג ריין,
דער שבת קומט צו גיין,
איך זע ווי דו טוסט שטיין,
נעבן מיר, דיין ליכט.
דיינע געדאנקען נעמסטו צונויף,
דיינע הענט העכער מיר הייבסטו אויף,
און אויף דיין פנים לייגסטו זיי ארויף,
צו באדעקן דיין געזיכט.
קיינער הערט נישט, קיינער זעט די טרערן,
איך לעכטל בייג זיך צו זיך אונטערהערן,
איך שאקל מיט, מיט יעדע טרער'ל דיינע,
און מיט יעדן טרער פון דיר טראפט אויך מיינע.
איך בין דער וואס טוט דיין הארץ אפליינען,
איך פארשטיי גאנץ גוט מאמע פארוואס דו טוסט וויינען,
דו שטייסט געבויגן איבער מיינע פלאמען,
א הייסע תפילה בעט איך מיט דיר צוזאמען.
יהי רצון אלקינו, אוי ותזכרנו,
לגדל בנים וזכנו,
והאר נירנו, בזכות אמותינו,
אוי אוי אוי ביום קדשנו.
יהי רצון - זיין דיין ווילן,
א מאמע'ס הארץ ערפילן,
מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און געזונט.
אין זכות פון א אידישע מאמען,
זאלן זיי אייביג שיינען,
די לעכטעלעך וואס די מאמע צינדט.
ברוך אתה אשר קדשנו, קדשנו במצותיו וצונו,
איבער מיר טו דיין האנט אויסשפרייטן,
אויף א גאנצע וואך,
מיין פלאם אין שטוב באגלייטן.
אלעס וואס געשען אין די וואך,
דו פארציילסט מיר דעם שמייכל דעם שטאך,
איך שפיר אפילו האסט נאך,
אנדערע דאנקען און וויי.
פאר איינעם אין די משפחה איז שווער,
דערמאנסט אויך א חולה מיט א טרער,
דו בעטס פון מיר לעכטעלע הער,
באלייכט די טונקלקייט ביי זיי.
איך שאקל מיט די פונקען דיר צו זאגן,
ווער נאך ווי איך פארשטיי וואס דיר טוט פלאגן,
איך שיין ארויף צום הימל זיך אויס'טענה'ן,
אז קומען זאל א וואך וואס זאל לייכטן און שיינען,
נעם אראפ די הענט פון דיינע טרערן,
גיב פאר יעדן קינד א קוש אין שטערן,
די צוויי מלאכים קומען באלד צוטרעטן,
איך וועל זיי איבערזאגן, מאמע, וואס דו האסט געבעטן.
יהי רצון אלקינו,
אוי ותזכרנו,
לגדל בנים וזכנו,
והאר נירנו,
בזכות אמותינו,
אוי אוי אוי ביום קדשנו.
יהי רצון - זיין דיין ווילן,
א מאמע'ס הארץ ערפילן,
מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און געזונט.
אין זכות פון א אידישע מאמען,
זאלן זיי אייביג שיינען,
די לעכטעלעך וואס די מאמע צינדט.
גוט שבת מאמע, ווינטשן דיינע שטראלן,
איך גיי אויסברענען אבער זיי נישט געפאלן.
זיך אויסגעבעטן ביי מיר אזוי ווי יעדע וואך אמאל,
איך וועל דיר זען די קומענדיגע וואך נאכאמאל.
ברוך אתה אשר קדשנו,
קדשנו במצותיו וצונו,
איבער מיר טו דיין האנט אויסשפרייטן,
אויף א גאנצע וואך,
מיין פלאם אין שטוב באגלייטן.
