שלמה המלך'ס טאכטער
יום טוב עהרליך
Original Track
ביי שלמה המלך איז א טאכטער געווען,
אזא שיינהייט האט די וועלט נישט געזען,
און די שטערן-זעהר האבן געזען אז איר מאן,
וועט זיין דער גרעסטער ארימאן,
שלמה המלך האט זיך באטראכט,
און אין מדבר א הויכן טורעם געמאכט,
און זיין טאכטער האט ער אין טורעם געבראכט,
און קיין ארויפגאנג צו איר נישט געמאכט.
ביז די וואלקענס איז דער טורעם הויך געוועזן,
און אויבן איז זיין טאכטער געזעסן,
און אנגעגרייט האט ער פיל עסן,
און באקוועמליכקייטן גאר אן א שיעור,
און שלמה המלך האט געוואלט זען דעם וואונדער,
ווי דער באשעפער איז מזווג זיינע קינדער,
וויאזוי וועט ער איר העלפן אצינדער,
אז ס’איז ניטא קיין ארויפגאנג צו איר.
די טאכטער פלעגט זיך זארגן,
אין אלע פרימארגן,
אויפן דאך פון דעם טורעם ארויפגיין,
און בעטן דעם באשעפער מיט געוויין,
טאטע געטרייער,
דו ביזט מיר אזוי טייער,
קיין זאך איז נישט שווער פאר דיר,
ברענג מיין באשערטן צו מיר.
ווייט איבער יםן אן א ברעג,
איז ביינאכט אויף א פינסטערן וועג,
איר באשערטער געגאנגען, געטריבן פון נויט,
זוכן א שטיקעלע ברויט,
און קאלט איז אינדרויסן געווען,
קיין באהעלטעניש האט ער נישט געזען,
איז געלעגן א פעל פון א בהמה אין וועג,
און ער האט זיך מיט דעם צוגעדעקט.
זיך ארומגעוויקלט און זיך אויסגעצויגן,
זיך דערווארעמט און צוגעמאכט די אויגן,
און פון הימל איז אראפגעפלויגן,
א פויגל גרויס און שווארץ ווי די נאכט,
דעם ריח פון פעל גענומען שמעקן,
און אנגענומען פאר אלע פיר עקן,
און אוועק אין די הימלישע וועגן,
אויפן דאך פון דעם טורעם געבראכט.
האבן גענומען קלינגען די גלאקן,
די פויגל האט זיך דערשראקן,
געלאזט אויפן טורעם די פעל,
און איז אוועקגעפלויגן שנעל,
די טאכטער איז געקומען,
און ריידן מיט אים גענומען,
געזען ווי ער איז איידל פיין,
דאס מוז איר באשערטער זיין.
די שומרים האבן דערהערט די גלאקן,
זיי האבן זיך זייער שטארק דעשראקן,
געלאפן שלמה המלך אנצוזאגן,
און ער האט זיך געפרייט דאן ביז גאר,
מען האט דאן געבראכט צו אים ביידן,
און ער האט גענומען מיט זיי ריידן,
און געזאגט אז מען טאר זיי נישט שיידן,
ווייל דאס איז די ריכטיגע פאר.
געפרייט האבן זיך אלע,
מיט’ן חתן מיט דער כלה,
און א חתונה איז דאן געווען,
וואס די וועלט האט עס נאכנישט געזען,
און שלמה המלך,
איז געוועזן זייער פריילאך,
און געמאכט האט ער א ברכה ביים טיש,
ברוך הנותן אישה לאיש.
