Download PDF

א דאנק

מיכאל שניצלער

Original Track

א דאנקמיכאל שניצלער5:52

לחן: ר' יונה דייטש | מילים: ר' הערשל דייטש | מימיני מיכאל (תשע"ח)

מיט א העכערקייט בלויז,
איז דער רבי מדַבק.
אין דעם רוזשינער קלויז,
נאך א שמעק אינעם טאביק.
פלוצלינג ער הערט א מאדנע געפעכט,
זיין טאכטער האט געגעבן א קרעכץ.

גלייך ער רופט צו,
זיין טאכטער פארהאלט ער.
פארוואס עפעס זיפצסטו,
ווי א איד אן אלטער.
אין יעדע מצב אונטערברעכטס נישט,
געדענק מיין קינד, נאר קרעכץ נישט.

ווייל א קרעכץ ברענגט א קרעכץ,
און א דאנק ברענגט א דאנק.
צי ס’איז לינקס צי ס’איז רעכטס,
ס’איז פון הימל א געשאנק.
לאמיך דיר פארציילן א מעשה,
געווען אן עושר מיט א פולע קאסע.

איין טאג שפירט ער,
די רעדל איז דרייעדיג.
געלט פארלירט ער,
זיין קאסע ווערט ליידיג.
הייבט אן צו קלאגן און לעכצן,
פון הימל מ’ווייזט אים וואס דאס מיינט קרעכצן.

פון אויבן מ’שיקט נישט קיין שלעכטס,
געדענק אז א קרעכץ ברענגט א קרעכץ.
ווען ס’קוקט אויס א שווערע דורכגאנג,
געדענק אז א דאנק ברענגט א דאנק.

קוים ער כאפט,
וואו איז זיין מצב.
נאך נדבות ער קלאפט,
מיט א ביטערן עצבות.
וואס איז מיט מיר לעצטנס געווארן,
איך דארף גיין אגאנצן טאג שנארן.

פון הימל מ’קוקט צו,
ער קרעכצט אזוי העציג.
נאך א ווייטאג מ’שיקט צו,
ווערט אינגאנצן קרעציג.
אלע שטייען ווייט פון זיין ד' אמות,
ער פילט ווי ביטער די סם איז.

יעצט מער ער קרעכצט,
די ווייטאג ס’רייסט אים.
יסורים עטס שטעכטס,
און פון הימל מ’ווייזט אים.
דו כאפסט נישט דעם ווינק, דו קרעכצט נאך אלץ,
מ’שיקט אים נאך א ווייטאג אין האלז.

יעצט קען ער נישט שלינגען,
ער שפירט אויטאמאטיש.
פון דא איז געדרונגען,
איך בין אזוי פאנאטיש.
גענוג שוין אגאנצן טאג אזוי קרעכץ איך,
פון זיך אליין ער פאררעכט זיך.

ער הייבט אן צו דאנקען,
אומאויפהערליך.
מיין בעט דעם קראנקן,
איז נישט אזוי געפערליך.
געלויבט מיין קאפ איז הונדערט פראצענטיג,
רעדן און טראכטן, א שמייכל איז קענטיג.

נישט דא וואס צו דערלייגן,
מ’קען זיך נישט פארהאנקען.
פון הימל וועט מען צייגן,
זאלסט האבן וואס צו דאנקען.
קוים קוים אדורך איז דריי טאג,
אינעם האלז נישט דא מער קיין ווייטאג.

פון אויבן מ’שיקט נישט קיין שלעכטס,
געדענק אז א קרעכץ ברענגט א קרעכץ.
ווען עס קוקט אויס א שווערע דורכגאנג,
געדענק אז א דאנק ברענגט א דאנק.

וזרח השמש,
ער שפירט אזוי גוט.
כ’קען שוין עסן דעם קרעמיש,
מיט אן אפעטיט.
פון הימל מ’זעט ווי ער דאנקט און ער דאנקט,
נאך סאך מער האט מען אים דערלאנגט.

אוועק מיט די קרעץ,
ער קען שוין גיין נאך געלט.
שוין מער נישט קיין זעץ,
ער באדאנקט ווי א העלד.
ברוך השם כ’קען מיך געבן א ריר,
כ'קען שוין קלאפן אויף יענעמ’ס טיר.

צוביסעלעך צוביסעלעך,
פריש אנגעהויבן.
זיך שטעלן אויף די פיסעלעך,
דאנקען און לויבן.
די רעדל האט זיך איבערגעקערט,
א געזונטן עושר, פון הימל באשערט.

מיין טייערע טאכטער,
א איד דארף עס מיטנעמען.
אפילו א בראך האט ער,
מיט ווייטאגליכע קלעמען.
האט דער רוזשינער שיין ערקלערט,
געדענק עס גוט, וואס דו האסט געהערט.

פון אויבן מ’שיקט נישט קיין שלעכטס,
געדענק אז א קרעכץ ברענגט א קרעכץ.
ווען עס קוקט אויס א שווערע דורכגאנג,
געדענק אז א דאנק ברענגט א דאנק.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection