Download PDF

מזמור לדוד אבי

מרדכי ווערדיגער

Original Track

מזמור לדוד אבימרדכי ווערדיגער5:56

דאס הארץ ווערט מיר ענג,
וואו איך גיי, דיין זכרונות מיר ברענגט,
מאמענטן פון בענקשאפט,
עס קלינגט מיר אין די אויערן.

פון דאנסמאל אלס קינד,
דיינע לידער פארשפרייט ווי א ווינט,
געזונגען ביים שבת׳דיגן טיש,
אין פיל אידישע טויערן.

מיינע אויגן עס ציען צו דיר,
און די טרערן זיי פליסן פון מיר,
ווען איך הער ווי מען זינגט לא תבושי
און דיין אני מאמין.

דער אמרי אמת, ער דרייט זיך ארום,
זען דאס קינד מיט דעם הערליכן שטים,
צום רבי׳ן באהאפטן פון דאן, די הייליגע מסורה.

ווער קען דען באגרייפן דעם טייטש,
ווען דער טאטע האט געהערט פון דעם דייטש,
נא זינג יעצט דאס ליד וואס מען זינגט נאר אין בית החיים.

דערציטערט זיין שטימע דערשטיקט,
ווי מען שיסט דארט צוויי הונדערט זיבעציג,
הייליגע נשמות פארצוקט, קל מלא שרייען.

דיין אמונה איז שווער צו פארשטיין,
און די פינסטערע נעכט דארט אליין,
געזונגען אין לאגער ביינאכט, פאר אלע צוזאמען.

אוי טאטע אין עולם הבא,
ביסט נהנה מזיו השכינה,
זע ווי מיר גייען דיר נאך, דיינע ערליכע דורות.

אין לאגער נאך פארן עלות,
מודה אני געזאגט קוים ארויס,
שרייט מען אויס 'לעבעדיג', צו זען ווער עס איז נאך בחיים.

אויך ביי שינדלער אויפן ליסט,
אין אכט לאגערן וויסט און פוסט,
נישט קיין קידוש, קיין פיש, נישט קיין ברויט, דאך אלץ מיט א שמייכל.

תהלה לדוד אבי,
דאס לעכטעלע לייכט און העלפט צו,
אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זען בְּלֵב שֶׁבְּמוֹחִי.
עִם שְׁאָר צַדִיקֵי עוֹלָם,
דיינע קינדער וְכָל אֲשֶׁר בָּם,
זע איך דיך זינגען פאר אונז
און פאר קודשא ברוך הוא.

מזמור לדוד אבי,
דאס לעכטעלע שיינט און העלפט צו,
אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זען בְּלֵב שֶׁבְּמוֹחִי.
עִם שְׁאָר צַדִיקֵי עוֹלָם,
דיינע קינדער וְכָל אֲשֶׁר בָּם,
זע איך דיך זינגען פאר אונז
און פאר קודשא ברוך הוא.

טאטע, אוי טאטע, מיר בענקען נאך דיר,
מזמור לדוד אבי.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection