שול
שמואלי אונגאר
Original Track
לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: וועלוול פעלדמאן | מאך א ברכה (תשע"ח)
א שחרית’ל, א מעריב’ל,
מ’דאוונט אין שול.
א געבעטל, דארט ביים ברעטל,
בעט מען אין שול.
א מקוה טונק, א קאווע טרינק,
ביידע אין שול.
א אידיש ציל, מיט געפיל, די הייליגע שול.
דער פארדינגט, געטראפן פונקט,
הענגט דארט אין שול.
משולחים און נצרכים,
זאמלען אין שול.
קום דא נענטער, נו א צענטער,
מ’דארף דיך אין שול.
א אידיש ציל, מיט געפיל, די הייליגע שול.
טוישן טשעקלעך, טרעפן פעקלעך,
אויכעט אין שול.
וויאזוי די ראוד, פאר וועם מ’וואוט,
שמועסט מען אין שול.
גאנצע קופקעס, קרעמעלעך,
דערציילן דאס פאר וועם וועל איך,
אלעס דרייט זיך וואס מ’רעדט אין שול.
געזוכט א ניר, צי האט איר,
פרעגט מען אין שול.
סידיס עניינים, אויף חינוך הבנים,
ביים שענקל אין שול.
מ’בארגט ווי גרויסע סוחרים,
באקומסט עס אין א וואך ארום,
איך ברענג דיר צו ס’געלט דא אין שול.
שטייט זיך תמיד, ביי דעם עמוד, דער משורר,
מיט א תפילה, די קהילה, איז ער מעורר.
ברוך אתה השם, מגן אברהם.
דאס אידיש לעבן, טוט זיך וועבן,
ארום דעם שול.
א חברותא, וְהָגִיתָ, לערנט אין שול.
איינער שרייט, איך זוך א רייד,
אויכעט פון שול.
א אידיש ציל, מיט געפיל, די הייליגע שול.
מען פארברענגט, ס’איז אנגעשטרענגט,
לויפט מען אין שול.
די קינדער א פייט, דער טאטע גייט,
צו מנחה אין שול.
נעבעך א צרה, משה בן שרה,
נא להתפלל, אוי.
א אידיש ציל, מיט געפיל, די הייליגע שול.
דער פעדלער אויך, א דאלער ברויך,
זיצט ער ביים שול.
זייפן, טאבלעטן, ראולס, באגעטן,
א מאשין שטייט אין שול.
וועש פון אלע פירמעס,
נאך א רעגן פול מיט שירעמעס,
נאך דרייסיג טעג ווערט הפקר אלץ פון שול.
א שמחה איך מאך, וואס די שפראך,
גייט זיין אין שול.
ביים מופן איך האלט, א קשיא באלד,
נעבן וועלכע שול.
א שידוך קען מען שליסן,
נאר אויב יעדער איד וועט שמועסן,
מיין מחותן איז א מזרח איד אין שול.
הם משכימים, געלטער סכומים,
דברים בטלים.
דער באשעפער זעט, דער איד ער בעט,
בזכות דעם איך טייל אים,
ברוך אתה השם, שומע תפילה.
פאריאגט, פארפלאגט, דאך ער זאגט,
מה טובו אין שול.
פון אלעם פארגעסט ער, צום טאטן דער גרעסטער,
רעדט ער אין שול.
אין אזא תּוֹהוּ בוֹהוּ, ווייסט ער אז השם רועי,
ער בעט, קום דריי מאל אין שול.
ווען איך שטיי, דע לפני,
וויי הייליג די שול.
א חבר באליבט, אין פאון ער ביפט,
כ'בין דאך אין שול.
נעם אן מיין אפאלעדזשי,
איך לעש אויס מיין טעקנאלעדזשי,
שששש, מ’דאוונט אין שול.
מ’פרובירט, דער טאטע שפירט,
דער קה רבון עלם.
בענטשט ער זיי, א שפע משמי,
ברוב עוז ושלום.
ברוך אתה השם, המברך את עמו ישראל בשלום.
