דמיונות
ליפא שמעלצער
Original Track
Cover Tracks
ווען איך קום אן, האקט איבער די שמועס,
וואו מ'קען, שטעלט אונטער א פוס,
כ’ווייס נישט פארוואס מיר קען קיינער פארליידן.
ברוגז אויף מיר, איך ווייס נישט פארוואס,
כ’זע ווי ער רעדט, ער דרייט מיט די נאז,
אלץ פון די קופקע מיר וועט מען אויסמיידן.
פונדרויסן א גוטער,
אינעווייניג איז ביטער,
פיל שלעכטס פאר מיר טוט ער, פארוואס.
א שמחה בגילופין,
איינלאדענונגס בריוון,
נאר מיר נישט גערופן, פארוואס.
מיט יעדן פארברענגען,
צוהעלפן, אנשטרענגען,
נאר מיך לאזט ער הענגען, פארוואס.
שקרים ערפינדט ער,
ער העצט יעדן אונטער,
די הויט פון מיר שינדט ער, פארוואס.
טראכט נישט און מיין נישט,
און דאכט נישט און וויין נישט,
ווייל יעדע מינוט שפעקולירן,
קען דעם מענטש פארפירן,
עס לוינט זיך נישט פאנטאזירן.
איינער טוט קלערן,
א מעשה טוט ווערן,
פאר יענעם קאסט עס טרערן.
לא דובים ולא יער,
נישט קיין וואלד, נישט קיין בערן.
אין גארטן שפאצירט, ארום דער בעל הבית,
אין האנט א מאשין, ער שניידט זיך די גראז,
זיין שכן פון פענסטער, א גראז שניידער זעט ער.
ליי עס מיר, בארג עס מיר, איך בעט דיר.
ער קוקט זיך און טראכט, ס’פאלט איין א בליץ,
איך בארג עס פון אים, עס קומט דאך צוניץ,
ער באקט שוין א מעשה, א דמיון שוין קנעט ער.
מיין גראז וואקסט, ער זעט דאך,
זיין גראז שניידער בעט איך,
ער העלפט דאך א רעטעך, פאר מיר,
אלץ אנגעשטרענגט פאר אים,
געטון טובות ווארעם,
יעצט בעט איך אים, דערבארעם דיר.
ער איז שטענדיג מיין לוה,
באצאלט נישט זיין חובה,
אזא כפוי טובה איז ער.
מיר נישט פארזארגן,
כ’קען ווארטן ביז מארגן,
ער וועט עס נישט בארגן, איך קלער.
ער גייט דארט אהין דעם שכן טרעפן,
דער שכן, די טיר, ער גיבט אן עפן,
דער חבר, ער שרייט דארט בקולות וברקים.
דער שכן ער קוקט, צי חלומט ער גאר,
ער וויל אים נאר פרעגן, זאג, וואס גייט פאר,
דער חבר שרייט ווייטער א דרשה מיט פסקים.
זאל מיין גראז וואקסן ביזן הימל דארף איך אויך נישט דיין גראז שניידער, אקעי!?...
דער שכן ער קוקט, אינגאנצן צעמישט,
וואס וויל ער פון מיר, פארשטיי איך נאכנישט,
ער פרעגט פון דעם חבר אזוי מיט א קשיא.
פאנטאזיעס דו האסט און גארנישט געפרעגט,
גארנישט דו בעטסט, נאר זיך גערעגט,
איך בארג דיר עס גערן, איז וואס איז דיין סטראשע.
אנטשולדיגט, איך מיין נישט,
כ’בעט דיר יעצט, וויין נישט,
גערעגט כ’ווייס אליין נישט - פארוואס.
פון צייט ליידיג פוסטיג,
פאנטאזיעס אומזיסטיג,
כ’וועל זיין רעאליסטיק - פארוואס.
פוסטע דמיונות,
האט נישט קיין פתרונות,
דיין קלוגע מח פארשוין עס,
פאנטאזיעס, פאלשע רעיונות,
ברענגט דיר נאר צער און בזיונות.
ווען מענטשן עס דאכט זיך,
מחלוקת מ’בראכט זיך,
און שונאים מ’מאכט זיך - אזוי.
דעם שכל דעם גלייכן,
דמיונות נישט מאכן,
וועסטו אלץ עררייכן - אזוי.
טראכט מיט גאונות,
אן פאלשע חשבונות,
ס’איז אלעס פוסטע חזיונות.
לאז שוין אפ אלע חלומות,
און זע אז ס’איז אלעס דמיונות.
