Download PDF

שטיינדעלעך

מיכאל שניצלער

Original Track

שטיינדעלעךמיכאל שניצלער5:10

אין א שטעטל, אויף א דינסטאג,
א פרוי שפאצירט אין גאס,
אויף די אנדערע זייט זי באמערקט און זי אויפפאסט.
עס גייט דורך דארט א פרוי, א היימישע זי דערקענט,
און שטופט א קינדער-וועגעלע מיט די הענט.

זי קוקט און זי גלייבט נישט,
וואס זי זעט מיט אירע אויגן,
יעדע פאר טריט האט זי זיך אראפגעבויגן.
שטיינדעלעך פון די גאס? עה, ס’קען נישט זיין,
יא, קוק, זי לייגט אין וועגעלע אריין.

א שטיין נאך א שטיין, זי טוט איר נאכגיין,
זי קוקט שטיל, איר קאפ איז פול מיט פראגעס.
א שטיין נאך א שטיין, און זי קען עס נישט פארשטיין,
וואס איז פשט, אזא מאדנע התנהגות.

זי לויפט אהיים מיט איין אטעם, מיט א בהלה,
וואס האט דארט פאסירט מיט איר,
איך מיין זי דארף הצלה.
זי רופט אן שנעל איר שוועסטער,
דו זיצט אדער דו שטייסט?
וואס גייט פאר מיט דיין שוועסטער, געוואלד, איך ווייס נישט צי דו ווייסט.

זי גייט אין גאס מיט א וועגעלע,
און שטיינער זי הייבט אויף,
זי איז דאך א חשובע פרוי,
יעדער קוקט אויף איר ארויף.
עס קוקט מיר אויס נעבעך ווי זי איז אראפ פון זינען,
איך בעט דיך רוף איר שנעל, דו מוזט דאס אויסגעפינען.

זי רופט גלייך איר שוועסטער און געט איר א פרעגעלע,
ס’איז אמת אז דו קלויבסט צוזאם שטיינער
אין א קינדער-וועגעלע?
מענטשן רופן מיר באזארגט,
טוסט זאכן נישט נארמאלע,
וואס גייט פאר, ענטפער מיר די שאלה.

צעשמייכלט זי זיך און זי ענטפערט,
איך וועל דיר פארשטיין געבן,
געדענקסטו, ס’האט געוואוינט א רב
גלייך ביי אונז דערנעבן.
א געהויבן חשוב'ער רב, געלעבט שטיל און באשיידן,
א יאר צוריק נסתלק אין גן עדן.

אן איידעלע נשמה,
נישט געלאזט קיין זרע של קיימא,
נישט דא ווער ס’זאל זיך בענקען, ווער ס’זאל וויינען.
זיין אלמנה אליין,
געבליבן עלנד ווי א שטיין,
נאר איר טובה טו איך דא מיינען.

מארגן איז זיין ערשטע יארצייט,
און די רביצין די אלמנה,
צעבראכן אויף זיין ציון וועט גיין
זיך אויסבעטן מיט כוונה.
אויף די אנדערע רבי’ס מציבות,
וועט זי קוקן אזוי שטייעדיג,
אלע זענען אנגעפילט מיט שטיינדעלעך, נאר איר מאנ’ס איז ליידיג.

בין איך היינט ארומגעגאנגען
און פיל שטיינדעלעך צאמגענומען,
אויף זיין מציבה ארויפצולייגן,
אז מארגן ווען זי וועט קומען,
וועט זי זען די פילע שטיינדעלעך,
און נישט האבן חלישת הדעת,
פארדעם האב איך געקליבן די שטיינער היינט אין די גאס.

א שטיין נאך א שטיין,
חסד הייליג און ריין,
די נשמה פלאם, עס שיינט מיט אהבת חינם.
א געדאנק, א קלייניגקייט,
אן אלמנה דערפרייט,
עס טוט ביים קודשא בריך הוא חן געפינען.

טאטע, זע ווי עלנד מיר זענען, היתה כאלמנה,
אזויפיל טרערן שוין געבעטן, יְהִי רָצוֹן שֶׁיִבָּנֶה.
צרות און יסורים, אזא הסתר פנים,
א שטיין נאך א שטיין, א גל של אבנים.

אויב פעלט דיר שטיינער,
קוק וויפיל הערצער וויינען און קלעמען,
האסט גענוג צום בית המקדש בויען, טו די שטיינדעלעך צאמנעמען.

אֶבֶן מָאֲסוּ הַבּוֹנִים הָיְתָה לְרֹאשׁ פִּינָה,
לייז אונז אויס בקרוב, פְּדוּיִם לְצִיוֹן בְּרִינָה.

נאך א שטיין און נאך א שטיין,
און מיר גייען שוין אהיים,
צום בית המקדש דעם נייעם.
א שטיין נאך א שטיין,
און מיר קומען שוין צו גיין,
מיט משיחן קיין ירושלים.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection