Download PDF

א מענטש טראכט

מיכאל שניצלער

Original Track

א מענטש טראכטמיכאל שניצלער5:50

רַבּוֹת מַחֲשָׁבוֹת בְּלֶב אִישׁ וַעֲצַת הַשֵׁם הִיא תָקוּם.

א מענטש טראכט, און גאט לאכט,
א מענטש טראכט, און גאט לאכט,
ווייל נאר ער, ער איז דער,
וואס ווייסט וואס וועט זיין,
און ער מאכט, וואס ער טראכט,
און ער מאכט, וואס ער טראכט,
און נאר ער, מאכט אפ ווער,
קען אויספירן דעם פלאן.

מען נעמט א סכום דעם גרעסטן,
מ'הייבט עס אן אינוועסטן,
מען פראבירט דאס בעסטן,
מ'ווערט א מיליאנער,
דערנאך וואס קען מען מאכן,
אוי עס טוט אפשוואכן,
די גאנצע סטאקס גייט קראכן,
אוי ס'איז ביטער שווער.

א מענטש טראכט, און גאט לאכט,
א מענטש טראכט, און גאט לאכט,
ווייל נאר ער, ער איז דער,
וואס ווייסט וואס וועט זיין,
און ער מאכט, וואס ער טראכט,
און ער מאכט, וואס ער טראכט,
און נאר ער, מאכט אפ ווער,
קען אויספירן דעם פלאן.

דער באס פארט אים אנטקעגן,
פארשפעטיגט יעצט די וועגן,
פלוצלונג קומט א רעגן,
ס'געווען אן עקסידענט,
עס גיבט אים טיף א קיצל,
ער איז געווארן ניצל,
מיט זיין ווייב און פיצל,
צום הימל הייבט די הענט.

א מענטש טראכט, און גאט לאכט,
א מענטש טראכט, און גאט לאכט,
ווייל נאר ער, ער איז דער,
וואס ווייסט וואס וועט זיין,
און ער מאכט, וואס ער טראכט,
און ער מאכט, וואס ער טראכט,
און נאר ער, מאכט אפ ווער,
קען אויספירן דעם פלאן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection