Download PDF

שבת נאכן דאווענען

שבת'דיג

Original Track

שבת נאכן דאווענעןשבת'דיג4:55

לחן: ר' נפתלי משה שניצלער | מילים: שרגי ליכטער | שבת'דיג (תש"פ)

שבת נאכן דאווענען,
א קידוש טוט מען פראווענען,
יעדער זיין אויפגאבע טוט,
א קידושא רבה מיט, טעם.

אינעם טלית איינגעהילט,
די בעכער איז שוין אנגעפילט,
בקול רם מ'מאכט קידוש,
הויך מיט א אידיש פלאם.

אוי, אנעים זמירות, מִי יְמַלֵל גְבוּרוֹת,
שבת אויף דער וועלט,
שיינע קידוש צוגעשטעלט.

כל מיני מטעמים, דאנקען און לויבן גאט,
פון די פעלקער אונז ער האט,
בָּחַר מִכָּל הָעַמִים.

על כן ברך ה׳ את יום השבת ויקדשהו.

שבת נאכן דאווענען,
א קידוש טוט מען פראווענען.
א ליבשאפט יעדעם נעמט ארום,
מ'זיצט בשבת אחים, גם.

שכנים פריינט באגריסן זיך,
גלעזלעך משקה גיסן זיך,
דער למדן יעדעמ'ס מח שארפט,
חידושים אויפן סדרה ווארפט, צאם.

אחים ורעים, אידעלעך לחיים,
זינגטס איי דיי יאדידיי...

על כן ברך השם את יום השבת ויקדשהו.

אוי, שבת נאכן דאווענען,
א קידוש טוט מען פראווענען.
געמיטער גאר געהויבענער,
באשעפער פון אויבן ער, זעט.

ער זעט ווי זיינע קינדערלעך,
פירן זיך גאר וואונדערליך.
מתי מתי, טאטע ווען,
מ'דאנקט און אויף ווייטער מען, בעט.

דער בורא אונזער מנהיג,
שעפט נחת און תענוג,
און ער זאגט ווער ס'איז מְעַנֵג,
דעם שבת קודש, נוֹתְנִים לוֹ נַחֲלָה בְּלִי מְצָרִים.

השפעות אן א צאל,
שיק איך פאר מיין פאלק ישראל,
פון אויבן דא במרום.

על כן ברך השם את יום השבת ויקדשהו.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection