טאטע
בערי וועבער
Original Track
לחן: ר' אהרן יעקב לאנדא \\ מילים: מנשה מארקאוויטש \\ אלבום: שובבים תשפ"ה
טאטע, איך וויל זיך אויסשמועסן,
דאס הערצעלע מיינע אויסגיסן,
דער יצר טוט מיך נאכיאגן,
אליין טו איך מיך שלאגן.
עליות און ירידות,
טאג נאך טאג בתמידות,
איך שריי פון מיין נשמה,
העלף מיר געווינען די מלחמה.
נשמה'לע, ניין, דו ביסט נישט אליין,
איך זע דיינע טרערעלעך, דיין געוויין,
דאס איז דאך דער תכלית הבריאה,
זיך פלאגן, זיך שלאגן פיל מיט יגיעה.
איך כאפ אן דיין האנט, און איך גיי מיט דיר,
ווען ס'איז דיר שווער, קום און וויין צו מיר
דאס אז דו האלטסט אן די קריג,
איז הייליג, א חלק, פונעם זיג.
אין די גאסן הערשט א טרוקעניש,
יעדן טאג א נייע אנשיקעניש,
אליין איך פלאג מיך ארום,
זיך צו האלטן ערליך און פרום.
נסיונות טוט זיך פארשפרייטן,
איינס גרעסער פונעם צווייטן,
עס ווערט נאר שווערער טאג-טעגליך,
שטייגן זעט אויס אוממעגליך.
נשמה'לע, ניין, ביסט נישט אליין,
איך זע דיינע טרערעלעך, דיין געוויין,
דאס איז דאך דער תכלית הבריאה,
זיך פלאגן, זיך שלאגן פיל מיט יגיעה.
איך כאפ אן דיין האנט, איך גיי מיט מיט דיר
ווען ס'איז דיר שווער, וויין צו מיר,
דאס אז דו האלטסט אן די קריג,
איז הייליג, א חלק, פונעם זיג.
