Download PDF

דאס פינטעלע איד

ליפא שמעלצער

Original Track

דאס פינטעלע אידליפא שמעלצער

ווען ס’איז קאלט און עס בלאזט א ווינטל,
דו שפירסט אז דו ווערסט געפרוירן.
געדענק אז ס’איז דא איין פינטל,
וואס גייט קיינמאל נישט פארלוירן.

דאס פינטעלע איד וועט אייביג בלייבן,
און וועט אייביג ברענען.
דאס קען מען פון אונז נישט פארטרייבן,
וויאזוי מיר זענען.

אוי אוי אוי, דאס פינטעלע איד,
אוי אוי אוי, דאס פינטעלע איד.

ווען א מענטש זאגט, איך בין נישט גלויביג,
זאלסטו אים גארנישט גלייבן.
זיין פענסטער איז אביסל שטויביג,
און נאר דו קענסט אים אויפהייבן.

ווייל דאס פינטעלע איד וועט אייביג בלייבן,
און וועט אייביג ברענען.
דאס קען מען פון אונז נישט פארטרייבן,
וויאזוי מיר זענען.

אוי אוי אוי, דאס פינטעלע איד,
אוי אוי אוי, דאס פינטעלע איד.

פארשטענדעניש האב פאר יעדן,
כאטש ס’איז נישט וואס דו ווילסט דערקענען.
אלע קריגן היינט גן עדן,
שוין פארלאשן איז דאס גיהנום.

ווייל אז דאס פינטעלע איד טוט אייביג בלייבן,
און וועט אייביג ברענען.
וועט דער בורא זיכער יעדן נאר גוטס פארשרייבן,
וויאזוי, וויאזוי מיר זענען.

אוי אוי אוי, דאס פינטעלע איד,
אוי אוי אוי, דאס פינטעלע איד.

ווען ס’איז קאלט און עס בלאזט א ווינטל,
דו שפירסט אז דו ווערסט געפרוירן.
געדענק אז ס’איז דא איין פינטל,
וואס גייט קיינמאל נישט פארלוירן,
און דאס איז דאס פינטעלע איד.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection