ווארעמער
שרולי גרין
Original Track
ווארעמערשרולי גרין
איך בין זייער צובראכן,
ווי בין איך פארקראכן,
איך פיל לעצטנס זייער קאלט,
ווי פארלוירן טיף אינמיטן וואלד,
טאטע טאטע טאטע.
זיי נישט צובראכן,
ביסט גארנישט פארקראכן,
פיהלסט נאר אביסל קאלט,
ס'איז גארנישט דא איז ווי דו האלסט,
שריי טאטע טאטע טאטע טאטע.
באשעפער נעם מיך ארום,
האלט מיך אהן נעם מיך ארום,
באשעפער נעם מיך ארום,
האלט מיר אהן ווארעם,
איך זאל קענען זיין,
ווארעמער צו דיר.
באשעפער נעם מיך ארום,
האלט מיר אהן איך בין דאך דיין קינד,
באשעפער נעם מיך ארום,
האלט מיר אהן ווארעם,
איך זאל קענען זיין,
ווארעמער צו דיר.
