קלי
גרשי אורי
Original Track
אן ארעמאן מיט קוים א רענדל רענדל,
ווי אין די ביכער פון מנחם מענדל,
שפאנט די פערד און אויפן קלאמקע ער קלאפט,
אוי רבי איך בין אין צרות פארכאפט.
איך וועל אייך זאגן רבי אפן אפן,
צו אלע סגולות שוין ארומגעלאפן,
דער רבי זאגט צו אים מיין קינד הערט קלאר,
עס העלפט אויפן האר,
א סגולה פון טויזענטער יאר.
גוטער-טאטע הער צו מיר קלי,
קלי למה עזבתני,
רחוק מישועתי דברי שאגתי,
הוי אוי אוי אוי אוי יאם.
מען דארף נאר בעטן פונעם קלי,
קלי למה עזבתני,
רחוק מישועתי דברי שאגתי,
הוי אוי אוי אוי אוי אוי, אוי יאם.
איי..
אין אמעריטשקע איז שווערליך שווערליך,
ווי אין די לידער פון ר' יום טוב ערליך,
מ'פארט פון רעכטס צו לינקס די וועג איז פארקרימט,
פארגעסט זיך אמאל פון ווי אלעס קומט.
איך וועל דיר זאגן ברודער אפן אפן,
נאך אלע סגולות וואס מ'האט אויסגעטראפן,
הער מיך צו מיין קינד ביי יעדע פראבלעם,
נישט קיין חילוק ביי וועם,
ארבעט די סגולה ביי אים.
גוטער-טאטע הער צו מיר קלי,
קלי למה עזבתני,
רחוק מישועתי דברי שאגתי,
הוי אוי אוי אוי אוי יאם.
מיטן תהילים'ל, קלי,
קלי למה עזבתני,
רחוק מישועתי דברי שאגתי,
הוי אוי אוי אוי אוי אוי, אוי יאם.
נאך עמוקה אין קברים,
אין צפון און אין דרום,
פון א מקובל א קמיע,
א געבענטשטע מטבע.
פראבירט אפצושפרעכן עין הרע,
און גיסן בליי,
געמיינט איך וועל א חתן שוין,
ווערן איינס צוויי.
אדר אין ליזענסק,
און אייר אין קערעסטיר,
פאר גאראנטירטע צדקות,
געלט ווי א גביר.
פון דרייסיג צדיקים,
כוס של ברכה אין א פלאש,
קטורת פון קלף,
געטראגן אזוב אין מיין טאש.
ביז איך האב געשריגן צו אים, קלי,
קלי למה עזבתני,
רחוק מישועתי דברי שאגתי,
אוי אוי אוי.
מיטן תהילים'ל קלי,
קלי למה עזבתני,
רחוק מישועתי דברי שאגתי,
אוי אוי אוי.
