Download PDF

געקניפט און געבינדן

ליפא שמעלצער

Original Track

געקניפט און געבינדןליפא שמעלצער5:27

איך בינד און בינד און בינד ארום מיין הענט
איך לייג "של ראש" אויף מיין קעפעלע
פיר אינטערשפילן קומען דורך די ווענט
יעדע צופרי איך שטייג נאך א טרעפעלע

איך דריי א שין און נאך א שין גלייך
די רצועה׳לע אויף מיין פינגערל
א שטילע שעפשע לעכערט אויף דעם דאך
עס ברענגט אונז נענטער
ס׳שטילט מיין הונגערל

דער תפילין ברענגט אונז ביידע ליבשאפט
ווייל עס ברענגט פיל נענטער דער איד מיט דער שכינה
עס שטארקט מיין זעל און געבט מיר וואס איך דארף
ווען איך הייב אן מיין טאג מיט א ווארעמע תחינה.

געקניפט און געבינדן
עס ווערט נישט פארשווינדן
דער קשר צו דיר, שכינה.

לאמיר רעדן אפן
ס׳איז דא ביי ווער
לייגן תפילין אינדערפרי קומט זיי אן שווער
עס איז צום האפן אז דייקא ער
וועט וויסן וואס עס טוט אויף וועט ער לייגן מער.

נישטא נאך א באהעפער
וואס קען דיר באהעפטן
צו ברענגען ליבשאפט צווישן דיר און גאט
זיך בינדן צום באשעפער מיט נייע קרעפטן
די הייליגע תפילין, דאס איז אונזער סוד.

געקניפט און געבינדן
עס ווערט נישט פארשווינדן
דער קשר צו דיר, שכינה.

עס ווערט נישט פארשווינדן
געקניפט און געבינדן
ס’וואשט מיינע זינדן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection