אשת חיל
יונתן שווארץ
Original Track
א משל צו די תורה,
באקומען פון דעם בורא,
די תורה, די אשת חיל,
וואס אידן לערנען יומם וליל.
די מאן וועט אויף תורה זיצן,
וועט אים די אשת חיל שטיצן,
ער וועט האבן גוטס נאר,
ושלל לא יחסר.
"אשת חיל מי ימצא",
יעדער רימט זי,
אזוי זאגן אלע מבינים,
נישטא נאך אזא איינע.
ווי טייערע שטיינער,
זי איז ממש "ורחוק מפנינים".
אן קיין שום שאלה,
"בטח בה לב בעלה",
פארלאזט זיך אויף איר נאר,
גייט אויף דרכים גוטע,
גיט אכטונג יעדע פרוטה,
"ושלל לא יחסר".
טוט אלעס מיט רעכט,
קיינמאל נישט שלעכט,
"גמלתהו טוב ולא רע",
איר גאנצן לעבן,
איז דאס איר שטרעבן,
איר מאן זאל דינען דעם בורא.
"דרשה צמר ופשתים",
מיט קליידער זי רישט אים,
אין יעדן מאמענט,
קיינמאל נישט פויל,
שטריקט לינען און וואל,
מיט די אייגענע הענט.
טוט זיך אנשטרענגען,
פרנסה צו ברענגען,
"היתה כאניות סוחר",
ברענגט ברויט פון דער ווייט,
אין יעדן צייט,
זי איז זיך נישט צי סאך בוחר.
טוט זיך פלאגן,
שטייט אויף פארטאגן,
"ותקם בעוד לילה",
גרייט אן עסן הייסע,
"טרף לביתה",
לעילא ולעילא
א משל צו די תורה,
באקומען פון דעם בורא,
די תורה די אשת חיל,
וואס אידן לערנען יומם וליל.
די מאן וועט אויף תורה זיצן,
וועט אים די אשת חיל שטיצן,
ער וועט האבן גוטס נאר,
ושלל לא יחסר.
א גארטן געפלאנצט,
ווי שיין עס גלאנצט,
"זממה שדה מפרי כפיה",
צו ווערן דערקוויקט,
אזוי געשיקט,
"חגרה בעוז מתניה".
ווערט נישט אפגעשוואכט,
זי ארבעט ביינאכט,
נוצט אויס די מינוטן טייערע,
די סחורה פארזוכט,
לעשט נישט אויס די ליכט,
"לא יכבה בלילה נרה".
די הענט טוט זי שיקן,
צו מלאכה פון שטריקן,
"ידיה שלחה בכישור",
זי טוט אים אונטערלאנען,
אין אלע זמנים,
ער זאל זיין מיט די תורה מקושר.
דאס איז איר חזקה,
זי טיילט צדקה,
"כפה פרשה לעני",
וואס זי טוט פארדינען,
האט זי אויך אינזינען,
דעם ארימאן מיט כוונה.
ביי איר אין געצעלט,
וועט נישט זיין קיין קעלט,
"לא תירא לביתה משלג",
"שש וארגמן לבושה",
האט קליידער פרישע,
זי דארף נישט האבן קיין שרעק.
"נודע בשערים בעלה",
איר מאן קענען אלע,
איבעראַל אזוי געשעצט,
ווייל ער זיצט אינאיינעם,
מיט סנהדרין וזקנים,
"בשבתו עם זקני ארץ"
א משל צו די תורה,
באקומען פון דעם בורא,
די תורה די אשת חיל,
וואס אידן לערנען יומם וליל.
די מאן וועט אויף תורה זיצן,
וועט אים די אשת חיל שטיצן,
ער וועט האבן גוטס נאר,
ושלל לא יחסר.
זי לויפט א מהלך,
צו פארקויפן א ליילעך,
"וחגור נתנה לכנעני",
זי וועט באקומען איר לוין,
"ליום אחרון",
מ'וועט איר דארט זיין מהנה.
אויבן וועט מען פרעגן,
איר וועג אין לעבן,
וועט זי ענטפערן "בחכמה",
מצוות געווען קונה,
"תורת חסד על לשונה",
קונה געווען עולם הבא.
געקוקט מיט יגיעות,
די שטוב זאל זיין בצניעות,
"צופיה הליכות ביתה",
בעיקר די קינדער,
זאלן זעהן אירע וואונדער,
און אויך "בעלה ויהללה".
ס'איז דא פרויען אסאך,
וואס פארמאגן א שבח,
"רבות בנות עשו חיל",
אבער אן קיין שאלה,
"ואת עלית" איבער אלע,
מיט מעלות גאר פיל.
"שקר החן",
פאלש איז נישט שיין,
דאס איז נישט קיין שבח והלל,
דער עיקר איז מורא,
פון הייליגן בורא,
"אשה יראת ה' היא תתהלל".
אויף יענע וועלט וועט מען געבן,
שכר פאר איר לעבן,
"תנו לה מפרי ידיה",
זיך געפירט אין גוטע דרכים,
מ'לויבט איר מיט שבחים,
"ויהללוה בשערים מעשיה"
א משל צו די תורה,
באקומען פון דעם בורא,
די תורה די אשת חיל,
וואס אידן לערנען יומם וליל.
די מאן וועט אויף תורה זיצן,
וועט אים די אשת חיל שטיצן,
ער וועט האבן גוטס נאר,
ושלל לא יחסר
