Download PDF

מנוחה ושמחה

יונתן שווארץ

Original Track

מנוחה ושמחהיונתן שווארץ6:36

"מנוחה ושמחה" רוה און פרייליכקייט,
"אור ליהודים" פאר אידן לעכטיגקייט,
שבת איז יעדער בשמחה וששון,
א "יום מחמדים" א "יום שבתון".

"שומריו וזוכריו" מיר היטן און געדענקען,
דעם שבת טאג וואס דו האסט אונז געטון שענקען,
מיר זאגן עדות אז דו האסט באשאפן די וועלט,
"כי לששה" אלעס אויפגעשטעלט.

אוי "שמי שמים" די הימלען משמי מעל,
די ערד און די ימים און די וואסערן פון קוואל,
די פיש און די מענטשן די חיות און בהמות,
באשאפן די וועלט בשלימות.

אוי "הוא אשר דבר" צו זיין "עם סגולה",
היטן דעם שבת און נישט טון קיין שום פעולה,
אוי שבת קודש א זיסער טאג,
דער אייבערשטער האט גערוהט פון יעדן פלאג.

דער וואס היט שבת זאגט דער אייבערשטער דעם שיץ איך,
"במצות שבת ק-ל יחליצך",
"קום קרא אליו" שטיי אויף און שריי,
ביים דאווענען "בנשמת כל חי".

אוי "וגם נעריצך" אויך זאג נקדישך,
נאכדעם עס "בשמחה" נאך און נאך,
אזוי פירט מען זיך אין יעדן שטוב וואס איז אידיש,
"במשנה לחם" און א גרויסן קידוש.

די שכר פון שבת צו פארשטיין,
ווער האט דען א באגריף,
ער וועט זוכה זיין צו אלעס גוטס "יזכו לרב טוב",
ווען משיח וועט קומען אין יענע שעה

"לחיי העולם הבא"

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection