ל"ט מלאכות
יונתן שווארץ
Original Track
זאג'זשע רעבעניו וואס טאר מען שבת נישט מאכן?
ס'איז פארהאנען ניין און דרייסיג פאכן,
ל"ט מלאכות,
פון משכן לערנט מען די הלכות.
כ'האב געפרעגט א שאלה,
זיי מיר מגלה,
וואס זענען די מלאכות אלע?
די פאכן,
טאר מען נישט מאכן.
זייען אקערן און שניידן,
מאכן פעקלעך תבואה דארף מען זיך פארמיידן,
דרעשן ווינדשאוולען בחוץ,
קלאבן ארויסנעמען די שמוץ,
מאלן זופן קנעטן און באקן,
א חלה אדער א ברויט א געשמאקן
הזורע והחורש, הקוצר והמעמר, הדש הזורה והבורר,
הטוחן והמרקד, הלש והאופה.
די פאכן, טאר מען נישט מאכן.
אפשערן די וואהל די שמוץ ארויסנעמען,
פארבן די וואהל און עס קעמען,
שפינען און אויסציען,
טאר מען שבת נישט טוהן,
מאכן א בית פעדימער צו פירן,
וועבן און אויפטרענען טאר שבת נישט פאסירן
הגוזז המלבן, המנפץ הצובע, הטווה והמיסך,
העושה שתי בתי נירין, האורג והפוצע,
די פאכן, טאר מען נישט מאכן.
בינדן און אויפקניפן א קשר וואס איז פארדרייט,
צונייען אדער צורייסן א קלייד,
פאנגען און שחט'ן ביים האלז,
שינדן די הויט און לייגן אין זאלץ,
אויסארבעטן די פעהל אדער עס אויסגלאטן,
אויך פאר רצועות טאר מען עס נישט צושניידן
פזמון: הקושר והמתיר, התופר והקורע,
הצד והשוחט והמפשיט, המולח המעבד, הממחק והמחתך,
די פאכן, טאר מען נישט מאכן.
שרייבן און מעקן אותיות צוויי,
בויען און צוברעכן כדי צוריקצובויען אויף ניי,
אויך א איסור גרויס זייער,
צינדן און לעשן א פייער,
האקן מיט א האמער זאגט די תורה ניין,
פון איין רשות צום צווייטן,
מיט חפצים ארויסצוגיין
פזמון: הכותב והמוחק, הבונה והסותר, המכבה והמבעיר,
המכה בפטיש, והמוציא מרשות לרשות,
די פאכן, טאר מען נישט מאכן
