Download PDF

יום שבת קודש

יונתן שווארץ

Original Track

יום שבת קודשיונתן שווארץ5:07

מ'האט זוכה געווען דערצו,
יום שבת קודש היא,
וואויל איז דעם וואס שבת היט,
שבת דארף מען זיך פרייען,
זכרהו על היין,
לכבוד שבת קויפן אלעס גוט.

ווער קויפן קען נישט גיין,
הכיס ריק ואין,
דער דארף זיך גארנישט זארגן,
שבת איז יעדער א בעל מאה,
לוו ואני פורע,
ער קען רואיג גיין בארגן.

ווער עס גרייט אן אלעס באקומט עפעס דערפאר,
אזוי ווי יוסף מוקיר שבת שכר,
ער האט דעם פיש צושניטן,
און א בריליאנט געטראפן אינמיטן,
דאס האט אים געברענגט פון אלעם גוטן,
אוי וויי שבת!.

פזמון: אוי וויי, אוי וויי שבת, שבת,
לאמיר זינגען לכבוד דעם שבת, שבת,
שבת איז הייליג,
ווי וואויל איז אונזער חלק,
יום שבת קודש הוא.

אויב דער טיש איז שיין געגרייט,
דער מלאך ק-ל איז פיל מיט פרייד,
ער וואונטשט אָן א ווארעמע ברכה,
און דער מלאך דער שלעכטער,
בלייבט דאך אויף געלעכטער,
בעל כרחו יספר שבחו.

די פרוי לעכט זי צינד,
זי בעט אויף יעדן קינד,
זיי האלטן איין אלע חוקים,
זיי באקן זיסע חלות,
און ווער עס האלט איין אלעס,
איז זוכה צו קינדער צדיקים.

מ'דארף לויבן דעם בורא,
ולנו בו נתן תורה,
אויך שבת דעם טאג באקומען,
פאר אידן ארויסגענומען,
מבית גנזיו איז עס מוכן ומזומן.

אוי וויי, אוי וויי שבת, שבת,
לאמיר זינגען יום שבת, שבת,
שבת איז הייליג,
ווי וואויל איז אונזער חלק,
יום שבת קודש הוא

א נפש וואס גיט א קרעכץ,
שבת פארגעסט ער שלעכטס,
בא שבת בא מנוחה,
אלע לבבות הנשברות,
פארגעסן פון די צרות,
ער זיצט ווי א מלך במלוכה.

די הלכות שבת די חוקים,
מיט אלע דקדוקים,
האט דער אייבערשטער באפוילן אין מרה,
יעדע הלכה קלאר,
איז תלוי אין א האר,
יעדע זאך איז כהררים בשערה.

אז אַן אפיקורס פרעגט קשיות הויעך,
יוכיח בו מנוח,
סמבטיון הנהר דער טייך,
וואס שטיינער ווארפט אסאך,
ווען שבת קומט ווערט ער שטיל גלייך,
אוי שבת!

אוי וויי, אוי וויי שבת, שבת,
לאמיר זינגען לכבוד דעם שבת, שבת,
שבת איז הייליג,
ווי וואויל איז אונזער חלק,
יום שבת קודש הוא.

שבת איז הייליג,
ווי וואויל איז אונזער חלק,
יום שבת קודש הוא.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection