Download PDF

פרה שומרת שבת

יונתן שווארץ

Original Track

פרה שומרת שבתיונתן שווארץ5:58

א מעשה באקאנט איבעראַל,
דערציילן אונז די הייליגע חז"ל,
די מעשה הערטס גוט צי,
מיט א איד און מיט א קוה,
געארבעט האבן זיי זעקס טאג אין די וואך,
מיום הראשון ועד יום שישי.
געארבעט מיט די כלי חרישה,
געטראגן אויף זיך דעם שווערן יאך,
און די קוה האט נישט געמאכט קיין טעות - שבת,
זיך געפירט ווי דער בעל הבית - שבת,
דער שבת קודש איז געקומען,
א טאג מנוחה האט ער גענומען,
ער האט נישט געארבעט בכלל,
נאר רואיג איז ער געזעסן,
געהאלטן אין איין טרינקען און עסן,
זיך נישט ארויסגערירט פונעם שטאַל,
ס'האט אבער אמאל פאסירט א אופן,
ער האט געמוזט דעם קוה שנעל פארקויפן,
בלית ברירה געטוהן אזוי,
פארקויפט דעם קוה פאר א גוי,
דער גוי איז געוועזן זייער צופרידן,
דער קוה איז ממש ערשט קלאסיג,
ער ארבעט זייער פלייסיג,
ס'איז גוט צו מאכן ביזנעס מיט די אידן

שבת איז דער גוי געווארן אין כעס,
ער שטייט אין שטאל ער איז שוין חסר דעת,
דער קוה גיט זיך נישט קיין ריר,
ער שטייט און שמייסט אן א שיעור,
פון דעם שטאל גייט ער נישט ארויס,
דער גוי זאגט נישט מיר וועט ער בלאפן,
גלייך צום איד איז ער געלאפן,
ער זיצט זיך אזוי במנוחה אין זיין הויז,
ער נעמט זיך שרייען הויעך מיט כוונה,
ר' איד פארוואס למה רמיתני,
דו האסט מיך ממש אפגענארט,
דער קוה זיצט אין שטאל פארשפארט,
דער איד הערט אויס זיין ביטערן געשריי,
ער זאגט צום גוי ס'איז נארמאל,
קום מיט מיר אראפ צום שטאַל,
וועט ער ווייטער ארבעטן געטריי

דער גוי האט אים צום שטאל שנעל געפירט,
דער קוה האט זיך פון פלאץ נאכנישט גערירט,
צום קוה זאגט ער אין אויער שטיל,
איין בקשה פון דיר איך וויל,
שטיי יעצט אויף, אויף דיינע פיס,
שבת דארפסטו מער נישט רוען,
וואס די גוי הייסט זאלסטו טוען,
ווייל דו ביסט שוין נישט אין מיין רשות,
אומר ועושה געטון צו דער זאך,
דער קוה האט זיך אויפגעשטעלט גלייך,
געארבעט האט זי זייער גלאטיג,
פונקט ווי זונטאג פונקט ווי פרייטאג,
און דער גוי איז נאכאמאל צופרידן,
דער קוה איז טאקע ערשט קלאסיג,
זי ארבעט זייער פלייסיג,
ס'איז גוט צו מאכן ביזנעס מיט די אידן,
דער גוי זאגט דעם איד הער מיין בקשה,
איך האב געזעהן דו זאגסט דעם קוה א גאנצע דרשה,
דערצייל מיר איך וויל ווערן געוואויר,
וואס דו האסט איר געזאגט אין אויער,
זי האט זיך פלוצלונג אויפגעשטעלט,
דו מוזט מיר זאגן ווייל אויב נישט,
זאלסטו זיין אויף דעם גערישט,
נעם דעם קוה און גיב מיר צוריק די געלט,
דער איד דערציילט איך האב די קוה געזאגט,
אז כל זמן איך האב איר פארמאגט,
האט זי געדארפט זיך פירן כהלכה,
שבת נישט טוהן קיין מלאכה,
עבדך ואמתך ובהמתך,
אבער יעצט אז זי איז שוין נישט ביי מיר,
ווייל איך האב איר פארקויפט פאר דיר,
איז זי מחויב לשמוע בקולך

דער גוי שטייט און ער הערט צי אלעס,
ער שטייט פארוואונדערט מלא התפעלות,
ער האט געטראכט ובלבו אומר,
פון די קוה א קל וחומר,
מה דאך זי טוט דעם אייבערשטן'ס ווילן,
א בהמה וואסערע ווערד האט עס,
דרייט זיך אין פעלד און אין בלאטעס,
און רצון ה' טוט זי דאך ערפילן,
איך על אחת כמה וכמה,
דארף דינען דעם אייבערשטן מסתמא,
ער האט ביי זיך געגעבן א קלער,
לאמיר שנעל ווערן א גר,
וועט דער אייבערשטער זיין זייער צופרידן,
ער איז געווארן א איד ערשט קלאסיג,
און געלערנט זייער פלייסיג,
אלס פון מאכן ביזנעס מיט די אידן

ער איז געווארן א איד ערשט קלאסיג,
און געלערנט זייער פלייסיג,
אלס פון מאכן ביזנעס מיט די אידן,
און מיט זיין תורה איז ער געווען מהנה,
ער איז געווארן גאר א גרויסער תנא,
חז"ל דערציילן אונז אזוי,
ופסקו הלכה משמו,
ער האט געהייסן ר' יוחנן בן תורתא.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection