קה רבון עלם
יונתן שווארץ
Original Track
קה רבון עלם ועלמיא,
אנת הוא מלכא מלך מלכיא,
עובד גבורתך ותמהיא,
שפר קדמך להחויא.
"קה רבון עלם",
אדון השלום,
דו ביסט דער קעניג איבער אלע מלכים,
דיין שטארקייט איז א וואונדער,
פאר יעדן באזונדער,
ווי שיין איז צו זינגען דיינע שבחים,
"שבחין אסדר" ביינאכט און צופרי,
"לך אלקא" צו דיר קודשא בריך הוא,
"די ברא" די בריאה טוט ער אויפפרישן,
נייע מלאכים "עירין קדישין",
"ובני אנשא",
א בריאה חדשה,
יעדע חיה,
"ועופי שמיא",
אז מ'טראכט דערין,
"רברבין",
ווי גרויס זענען די זאכן וואס דער בורא האט געטון,
"רברבין עובדך ותקיפין",
יעדן איינציג בריה האט ער אינזין,
ער איז משפיל דעם בעל גאה,
און דעם ארימאן הייבט ער אויף פון טיפן,
"מכיך רמיא",
"וזקיף כפיפין",
"לו יחיה גבר",
קען ער זיך נישט זיין משער,
אפילו ער זאל לעבן טויזנט יאר,
וועט ער קיינמאל נישט פארשטיין וואס עס גייט פאר,
"לו יחיה גבר שנין אלפין",
וועט ער נישט האבן קיין השגה וואס דו האסט געטון,
אפילו א מענטש זאל זיין דער גרעסטער בעל דעה,
לא יעול גבורתך, לא יעול גבורתך, בחושבניא.
קה רבון עלם ועלמיא,
אנת הוא מלכא מלך מלכיא,
עובד גבורתך ותמהיא,
שפר קדמך להחויא
גבורן עלמין ליה,
ולא סיפק פרישותא,
"אלקא דיליה",
"יקר ורבותא",
באשעפער מאך שוין פריי,
דיינע שאף די זיסע,
הער אונזער געשריי,
"מפום אריותא",
און מאך אונז שוין פריי,
"מגו גלותא",
נעם אונז ארויס,
"מפום אריותא",
לייז אונז שוין אויס,
"מגו גלותא".
פרוק, פרוק ית ענך,
מפום אריותא, אריותא,
פרוק, פרוק ית ענך,
מפום אריותא.
"פרוק ית ענך",
לייז אונז אויס פון דעם שווערן יאך,
"מפום" פון דעם מויל פון לייבן,
טוה אונז שוין אויפהייבן,
אוי "פרוק" לייז אויס דיינע שאף,
ווי לאנג וועלן מיר נאך ליידן דעם גלות שטראף,
"מפום אריותא" פון דעם לייבן גרוב,
און בוי שוין אויף דיין הייליג שטוב.
פרוק, פרוק ית ענך,
מפום אריותא, אריותא,
פרוק, פרוק ית ענך,
מפום ארויותא,
ואפק ואפק ית עמך,
מגו גלותא, מגו גלותא,
ואפק ואפק ית עמך,
מגו גלותא.
"עַמֵךְ",
אלע אידן גלייך,
זאלסטו זיין מחיה,
גענוג שוין געווארט,
"עמך די בחרת",
"מכל אומיא".
למקדשך טוב,
למקדשך טוב,
למקדשך טוב,
ולקודש קודשין.
איך בעט פון הארצן טיף,
"למקדשך טוב",
ווייל נאך ווי לאנג וועלן מיר זיך מוטשען,
"למקדשך טוב ולקודש קודשין",
"אתר אתר אתר",
די היכל מיטן שער,
מען זאל אונז שוין באפרייען,
דעם הייליגן בנין באנייען.
אתר אתר אתר,
אתר די ביה יחדון,
די ביה יחדון,
רוחין ונפשין,
ויזמרון לך שירין ורחשין.
"ויזמרון לך שירין",
ווען מ'וועט אונז אהין פירן,
מיט זינגען שירה וועט מען דיך באצירן,
"בירושלם",
אין דעם אלטן היים,
וועסטו בויען די בנין די נייע,
ונבנתה עיר,
נאך שענער ווי פריער,
"קרתא דשופריא".
קרתא אוי אוי אוי אוי קרתא,
קרתא דשופריא.
קה רבון עלם ועלמיא,
רבון עלם, רבון עלם ועלמיא,
אנת הוא מלכא, אנת הוא מלכא,
מלך מלכיא,
אוי מלך מלכיא.
