Download PDF

שבת אחים

יונתן שווארץ

Original Track

שבת אחיםיונתן שווארץ4:14

ס'איז זייער גוט באקאנט,
אין ספרים ווערט דערמאנט,
אז שבת איז א צייט פון אחדות ביי אידן,
יעדן קהל און קהל,
שבת יעדעס מאל,
קומט מען זיך צוזאם אין זמנים פארשידן.

פרייטאג צונאכטס לעבעדיג און פריש,
אידן גייען צום רבי'ן צום טיש,
מ'שטייט אויף די פארענטשעס אויף די הויכע שורות,
מ'זינגט תשבחות וזמירות.

מ'כאפט שיריים מ'טרינקט לחיים,
מ'שעפט זיך אן מיט יראת שמים,
ס'שיינט דאך דארט אזא שיינע אורה,
ווען די רבי זאגט די דברי תורה.

קומטס ענק צוזאם אידעלעך,
טייערע ברודערלעך,
מה טוב ומה נעים שבת אחים גם,
ס'איז אזוי געשמאק, חזק חזק,
אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם.

אויך קומט מען בחבורה,
מ'זינגט שבח ושירה,
מ'מאכט א באטע א שבת אחים,
ס'קומען אלע ידידים,
תהלתו בקהל חסידים,
מ'לויבט דעם באשעפער דעם חנון ורחום,
ביי איינעם איז געבוירן געווארן א בחור,
מ'קומט זיך צוזאם אויפן שלום זכר,
מ'וואונטש אים נחת אָן א שיעור,
אויף אביסל ארבעס און א גלעזל ביר,
און מיט א ברכה איז מען אים מהנה,
די ברית זאל זיין בעתו ובזמנו,
דאס קינד זאל וואקסן א תלמיד חכם,
זעהן דורות ישרים ומבורכים.

קומטס ענק צוזאם אידעלעך,
טייערע ברודערלעך,
מה טוב ומה נעים שבת אחים גם,
ס'איז אזוי געשמאק, חזק חזק,
אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם.

ס'קומט שבת צופרי,
נעמט מען זיך די מיה,
ביי א איד אין שטוב איז שמחה וששון,
יעדער טוט זיך גרייטן,
אין ביהמ"ד צו באגלייטן,
צו דעם אויפרוף דעם חשוב'ן חתן.

און ווען דער חתן איז עולה לתורה,
עס פליען די פעקלעך משמי קורה,
א סימן די דורות זאלן זיך מערן,
און בשורות טובות שטענדיג צו הערן.

און ביי איינעם אין שטוב מאכט מען א קידוש,
ס'איז געבוירן א טאכטער פיין און אידיש,
לגדלה וואונטשן ידידים און קרובים,
לתורה לחופה ולמעשים טובים.

קומטס ענק צוזאם אידעלעך,
טייערע ברודערלעך,
מה טוב ומה נעים שבת אחים גם,
ס'איז אזוי געשמאק, חזק חזק,
אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם.

ס'איז ממש א וואונדער,
אפילו ביי די קינדער,
קומט מען צוזאם ביי די חברת תהלים,
ס'איז דברים נשגבות,
אביסל פרקי אבות,
זייער תורה ותפלה איז עולה על כולם.

ביי שלש סעודות בעת רעוין דרעוין,
בצוותא חדא טוט מען פראווען,
מ'שעפט קדושה נאך און נאך,
ס'איז משפיע אויף א גאנצע וואך.

און אפילו במוצאי יום מנוחה,
ביים סעודת דוד מלכא משיחא,
קומט מען צוזאם בנבל וכינור,
ביי א מלוה מלכה אדער ביי א דינער.

קומטס ענק צוזאם אידעלעך,
טייערע ברודערלעך,
מה טוב ומה נעים שבת אחים גם,
ס'איז אזוי געשמאק, חזק חזק,
אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם,
אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection