גוט שבת
אברהם מרדכי שווארץ
Original Track
גוט שבתאברהם מרדכי שווארץ
גוט שבת הייליגער שבת,
שרייט'זשע יודעלע גוט שבת,
א מנוחה א שמחה טיף טיף אין הארץ,
שפירט דאס יודעלע אין שבת,
דעם בראך פון די גאנצע וואך,
פון אלע צרות ביטער און שווארץ,
פארגעסט דאס אידעלע אין שבת.
די מוח גאר הויך,
צופלאקערט זיך מיט התלהבות,
בענקעניש צום יום שכלו שבת,
מיט דיבורים פון שיר השירים,
מים רבים לא יוכלו לכבות,
ווארעמט זיך דאס אידעלע אין שבת.
