Download PDF

קלאפן

שרולי גרין

Original Track

קלאפןשרולי גרין4:13

איך קען זיין צעשאסן און צעקלאפט,
אבי מיין הארץ קלאפט,
מוז שוין נישט אלעס קלאפן,
איך דאנק דיר מיין הארץ קלאפט.

איך קען זיין צעפליקט און צעקלאפט,
אבי מיין הארץ קלאפט,
מוז שוין נישט אלעס קלאפן,
ברוך השם מיין הארץ קלאפט.

אז איך קען וויסן אז זאכן טוען נישט קלאפן,
מיינט אז מיין הארץ טוט קלאפן.
טאטע, הייליגע באשעפער,
יא, מיין הארץ קלאפט.

יא טאטע, ס'איז מיר,
איך קלאפ אויף דיין טיר,
איך קלאפ.
איך וויל גארנישט בעטן,
איך וויל נאר זאגן,
איך דאנק דיר מיין הארץ קלאפט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection