אלע די טעג
שרולי גרין
Original Track
איך פרעג דיך יעצט מיין חבר זאג וואס הערט זיך ביי דיר,
אפשר כאפן מיר א מוזיקאלישן שפאציר,
ווייל טאקע ס'איז א חלום וואס באגלייט מיך שוין לאנג,
מיר דיר צו מאכן עפעס א ספעציעלע געזאנג.
צוויי קולות דא צוזאמען זיס און קלאר,
דאס איז א ניגון וואס דער הארץ גיבט ארויס,
מיט די געפילן וואס נאר מוזיק פארשטייט,
די חלומות און דער ווייטאג און פרייד.
אלע די נעכט,
אלע די טעג,
א שירה חדשה איז דא אויפן וועג,
יעדער וואס קומט,
שמייכלט און ברימט,
ער שפירט אז דעם ניגון פאר אים איז באשטימט.
אלע די טעג, אלע די נעכט,
א ליד וואס בארואיגט און טרייסט און פאררעכט.
מיר זינגען נישט סתם,
יעדע ווארט יעדע גראם,
האט א כח וואס היילט
וואו ס'דרוקט און ס'שטעכט.
ס'איז נישט דער ערשטער ניגון וואס מיר זינגען צוזאם,
ס'איז דאך טובים השניים
ס'האט אן עקסטערן טעם,
מיר זינגען אומעטום
מיר ווערן קיין מאל נישט מיד,
מיר טרייען משמח זיין
דערפרייען א איד.
צוויי קולות דא צוזאמען זיס און קלאר,
דאס איז א ניגון וואס דער הארץ גיבט ארויס,
מיט די געפילן וואס נאר מוזיק פארשטייט,
די חלומות און דער וויטאג און פרייד.
אלע די נעכט,
אלע די טעג,
א שירה חדשה איז דא אויפן וועג,
יעדער וואס קומט,
שמייכלט און ברימט,
ער שפירט אז דעם ניגון פאר אים איז באשטימט.
אלע די טעג, אלע די נעכט,
א ליד וואס בארואיגט און טרייסט און פאררעכט,
מיר זינגען נישט סתם,
יעדע ווארט יעדע גראם,
האט א כח וואס היילט וואו ס'דרוקט און ס'שטעכט.
אלע די נעכט, אלע די טעג,
א שירה חדשה איז דא אויפן וועג,
יעדער וואס קומט,
שמייכלט און ברימט,
ער שפירט אז דעם ניגון פאר אים איז באשטימט.
אלע די טעג, אלע די נעכט,
א ליד וואס בארואיגט און טרייסט און פאררעכט,
מיר זינגען נישט סתם,
יעדע ווארט יעדע גראם,
האט א כח וואס היילט
וואו ס'דרוקט און ס'שטעכט,
ס׳דרוקט און סשטעכט
ס׳דרוקט און ס׳שטעכט
ס׳דרוקט און ס׳שטעכט מער נישט.
