וידם אהרן
ארי סאמעט
Original Track
וידם אהרן, וידם אהרן
וידם אהרן, כהן גדול,
כהן גדול, כהן גדול,
וידם אהרן, כהן גדול.
איך האב נישט קיין טענות אויף די שכינה,
ווייל איך ווייס און גלייב באמונה,
אויף אלעס וואס דו טוסט דאנק איך ברינה,
דערפאר אהרן מיט דיר נתייחד שכינה.
איך האב נישט קיין טענות אויף די שכינה
ווייל איך ווייס און גלייב באמונה,
אויף אלעס וואס איך האב דאנק איך דיר ברינה,
דערפאר אהרן מיט דיר נתייחד שכינה.
אינמיטן
ס׳הייבט זיך אן א נייע לעבן
א גוף מ׳טוט די נשמה געבן,
א ווילדע וועלט געטראפן,
וועגן פון יאוש און האפן,
און איך שטיי אינדערמיטן,
און איך שטיי אינדערמיטן.
ביידע ווילן ביידע שטרעבן,
אין הויכע הימלען וויל ער שוועבן,
די נשמה וויל זיין ריין,
אבער די גוף זאגט ניין,
און איך שטיי אינדערמיטן,
און איך שטיי אינדערמיטן,
ארי דו שטייסט אינמיטן,
שמעו נא רבותי, דיינים מומחים,
די גוף שטייט און שרייט,
אלעס קום איך עם,
די הייליגע נשמה,
שפייט צא טמא,
וואס איז די פלאן,
איך בין קרח מכאן ומכאן,
און איך שטיי אינדערמיטן,
און דו שטייסט אינדערמיטן,
יעצט בין איך שטארק ובחרת בחיים,
פלוצלינג א חולשה
שלעפט מיך קיין מצרים,
מבולבל בין איך
מיט די גאנצע מהפכה,
מיך געלאזט אונטן אין די חשיכה,
איך וויל מער נישט זיין אינדערמיטן,
איך וויל מער נישט זיין אינדערמיטן.
