בעטן
ארי סאמעט
Original Track
הער מיין פרוי וואס איך גיי דיר זאגן,
קיין געלט אין שטוב טו-מער נישט פארמאגן,
אונז גיימער שנעל פארן צום רבין,
א ברכה פאר פרנסה וועט ער געבן.
דער רבי ווינטשט אן זייער הארצן גערן,
גייטס אהיים רואיג אן קיין שטערן,
זיי פארן אהיים איבער גענומען,
אן וויסן פון וואו די געלט וועט קומען.
עליונים ששו עליונים ששו,
פרייען זיי זיך מיטן רבין׳ס ברכה,
ס׳גייט אריבער אפאר טעג מ׳דארף צאלן,
זיי הייבן אן טראכטן און ספק'ענען, איי איי כסף מנלן.
אונזער צדיק׳ס ברכה חס ושלום לייקענען,
אן קיין שינוי לטובה ווערט נישט בעסער,
זאגן זיי צום גרויסן באשעפער.
זיי פלאצן אויס אין א יאמערליכע געוויין,
און זיי בעטן פון באשעפער אליין,
שיק מיר געלט,
איך בעט דיך שיק מיך געלט פליז,
שיק אונז געלט בני חיי ומזוני רוויחי
שיק אריין אפאר טאלער.
אפאר טעג שפעטער,
זענען זיי געווארן זייער רייך,
ווייל געבעטן הָאבן זיי
פונעם אייבערשטן אליין
דאווענען איז די שטערקסטע זאך.
