Download PDF

א פארגעניגן

דודי קאליש

Original Track

א פארגעניגןדודי קאליש4:57

א פארגעניגן צו זינגען א ניגון.

ער ציהט דיר אוועק פון דעם פלאץ –
פון דעם צייט.
ער נעמט דיר מיט אים זייער הויך –
זייער ווייט.
ער טוהט דיר אנפילן מיט כוח –
מיט פרייד,
א פארגעניגן.

מיט אים קען מען דאנקען
א פארגעניגן.
מיט אים קען מען לויבן
א פארגעניגן.

מיט אים קען מען בעטן,
מיט אים קען מען גלויבן,
מיט אים קען מען זיך צום באשעפער דערהויבן,
א פארגעניגן.

ווייל דאס איז דער ניגון,
אין אים טוט דאך ליגן,
אן עקסטערע כח - דעם שלעכט צו באזיגן.

ווייל דאס איז דער ניגון
אין אים טוט דאך ליגן
דעם בעסטן געשמאק - דעם גרעסטן פארגעניגן.

מיט אים קען מען דאנקען
א פארגעניגן.
מיט אים קען מען לויבן
א פארגעניגן.

מיט אים קען מען בעטן,
מיט אים קען מען גלויבן,
מיט אים קען מען זיך צום באשעפער דערהויבן,
א פארגעניגן.

א פארגעניגן צו זינגען א ניגון.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection