וואו לויפסטו?
הרמוניקה
Original Track
געזעצן בין איך דארט אויפ'ן בארג דעם שיינעם,
פון קינדערישע דאגות ווער דען טראכט.
ווען אונטער א לויטער הימל פליסט א קוואל א ריינעם,
גרינע בלעטער איבער'ן קאפ וואכט.
שטיל זי דרימלט איין מיין מאמע לעבן,
שאדט נישט אויב איך גיי פאר איין מינוט.
כ'האב אלץ געוואלט זען וואס טוט זיך אפ אינעם טאל דערנעבן,
שנעל איך ווענד אהער מיינע טריט.
איך קלער צו זיך אליין,
שוין פארבלייבן דארט,
צו גראבן און געפינען,
מיינע גליקן אין דעם טאל.
פארגעסנדיג די קוואל מיט מיין היימארט,
מיין מאמענ'ס קול איך הער מיטאמאל.
וואו, וואו לויפסטו?
די גוטס פארלאזטו אין דיין געלויף.
געלאפן בין איך, אין וועלדל דעם געדעכטן,
און געוויסע זאגן אז איך לויף נאך היינט.
צו וואס איך פלאן אויף מארגן און פון וואס ס'איז געשען נעכטן,
און פונעם קול וואס מיין היים מיר דערמאנט.
צומאל אין וועג איך באגעגן טעג און יארן,
קומען צו לויפן קעגן איבער מיר,
און אין אן אויגנבליק זיי האבן אבער באלד אוועקגעפארן,
ווי גלייך זיי וואלטן קיינמאל געווען פריער.
מחשבות שווימען אויף
מיין הארץ, אויס עס ארט,
אפשר בארואיגן דעם געיעג, טרעפן דעם תפקיד פון אמאל,
אינדערהיים מיין טאטע זיכער אויף מיר ווארט,
טיף אין מיר א קול איך הער מיטאמאל.
וואו, וואו לויפסטו?
די גוטס פארלאזטו, אין דיין געלויף.
וואו, וואו לויפסטו?
די גאלד ליגט ביי דיר אליין אין הויף.
פרעג איך דיר וואו, וואו לויפסטו?
מיין ליבשאפט צו דיר איז אזוי גרויס.
אויב שוין לויפסטו,
אנטלויף צוריק, צו מיר אין שויס.
שובו בנים שובבים,
שובו בנים שובבים,
שובו בנים שובבים,
שובי, שובי.
