Download PDF

אחריך

הרמוניקה

Original Track

אחריךהרמוניקה3:40

שוין נישט די ערשטע מאל וואס שלאף קומט נישט גרינג אן צו מיר,
מ’זאגט אז דו ביסט קעניג, אפשר צום פאלק באווייזטו זיך.
געדענקסט די נעכט אליין מיט מיין גיטאר און די גראז?
איך פלעג מיין הארץ צו דיר אויסזינגען, און יעצט וואס?

איך האב שוין נישט קיין קול צו שרייען וואו ביסטו?
איך וואלט געשטארבן יעצט צו גיין נאך דיר אין וויסטע, מדבר,
אן דיר נישטא קיין טעם, נישט דא קיין גוסטע,
איך געדענק שוין נישט ווען איך האב פארלוירן דיינע פוסטריט,
און געבליבן, איך אליין.

אומערפולטע זיכעניש, לאזט דאס ארץ אזוי צומישט,
גאר דער בן המלך האט נישט געפונען זיין פלאץ ביים טיש.
דאך האף איך, אז וואס נאר ס’וועט מיט מיר פאסירן,
וועסטו מיר היילן אויך, ווען איך טו שוין נישט פרובירן.

איך האב שוין נישט קיין קול צו שרייען וואו ביסטו?
איך וואלט געשטארבן יעצט צו גיין נאך דיר אין וויסטע, מדבר,
אן דיר נישטא קיין טעם, נישט דא קיין גוסטע.
איך געדענק שוין נישט ווען איך האב פארלוירן דיינע פוסטריט,
און געבליבן איך אליין.

איך האב שוין נישט קיין קול צו שרייען איכה?,
אבער איך ווייס אז דו ביסט באמת שטענדיג מיט מיר.
וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל הִנֶּךָּ,
אפילו דארט קען איך דיר טרעפן אינעווייניג, אין מיר.

אפילו אן א קול שריי איך איכה?,
העלף מיר זען אויך דא, דו ביסט באמת שטענדיג, מיט מיר.
וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל הִנֶּךָּ,
אפילו דא קען איך דיר טרעפן אינעווייניג,
דארטן טיף, אין מיר אליין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection