Download PDF

דע בני אהובי

הרמוניקה

Original Track

דע בני אהוביהרמוניקה5:55

זיי וועלן דיר דערציילן אז איך טו דיר מער נישט ליב האבן,
און פון מיין טיש ביסטו פארטריבן פון היינט.
זיי וועלן ארויפברענגען זכרונות וואס האסט באגראבן,
ביז דיין פנים וועט קאלירט ווערן מיט שאנד.

זיי וועלן דיר פארהאלטן אויף די טעותים פון דיינע וועגן,
דיין נארישקייט, דיין ליבשאפט צו שלעכטס.
זיי וועלן דערמאנען, אין דיינע הענט איז דאס געלעגן,
יעצט איז קיין וועג פאראן עס צוריק צו מאכן רעכט.

און דו וועסט זיי צוהערן, און דו וועסט זיי גלייבן.

זיי וועלן דיר זאגן אז מיין רחמנות האט א גבול,
וואס אין א שוואכע מינוט דו האסט איבערגעטראטן,
און יעצט צוריקקומען, אפילו אויב מ’וויל,
העלפט שוין נישט קיין שום געוויין און קיין געבעטן.

זיי וועלן דערציילן וועגן א בת קול וואס טוט אפקלינגען,
שובו בנים שובבים - יעדער חוץ דיר.
זיי וועלן פארשלאגן, איינמאל ביסטו אין נעץ געפאנגען,
דעם זיסן טעם פון וויילן אינעם זינד כאטש שפיר.

טו זיי נישט צוהערן, טו זיי נישט גלייבן.

ווייסט מיין געליבט קינד,
אז פון מיין הארץ ביסטו קיינמאל פארגעסן,
אויף אייביג מיט מיר געבינדט,
אזוי זאגט דאך איין מיין בן שעשועים.

און זייערע ווערטער איז דא טאקע אמת ליגן,
יא דו האסט אויף וואס צו קלאפן על חטא,
אין שווערקייט נישט אנערקענט וואס ס’האסט באקריגן,
און אויף חרטה נישט געטראפן די דרייסטקייט.

אבער מיין קינד טו זיך נישט אין גרוב אויפהאלטן,,
זוך די גוטס וואס דו האסט זיכער יא,
ווייל אונטער יעדע אמת ליגט טיף באהאלטן,
דער אמת לאמיתה.

איז טו זיי נישט צו הערן, טו זיי נישט גלייבן.

ווייס מיין געליבט קינד,
אז פון מיין הארץ ביסטו קיינמאל פארגעסן,
אויף אייביג מיט מיר געבינדט,
אזוי זיס בא'חנ'ט, מיין בן שעשועים.

נכון שאני אוהב את הצדק,
אבל למעלה מזאת, אני אוהב את הרחמים.
דע בני אהובי, כי מלבי לא נעקרת,
לעולם אתה לי ילד חמד בן שעשועים.

נכון שאני אוהב את הצדק,
אבל למעלה מזאת, אני אוהב את הרחמים, את הרחמים.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection