בעסער
הרמוניקה
Original Track
איך בין געקומען צו פארעכטן,
און מיין הארץ פאר דיר אויסשמועסן,
כאטש די ווערטער דערצו האב איך נישט דאסמאל.
דאס ביטערן טעם פון נעכטן,
שוין לאנג ערזעצט דעם זיסן,
וויאזוי הייבט מען אן פון פריש נאכאמאל.
אינערליכע געפעכטן,
נאך הונדערט און איין התחלות,
נאך דעם שטראל און גלאנץ,
פון זון אונטערגאנג בלייבט שווארץ.
אבער צו פארעכטן,
דארף מען נישט קיין גרויס קבלות,
נאר זיך אנכאפן אין דעם האנט, זאגט מיין הארץ.
טאטע, אוי אוי טאטע,
איך וויל זיין בעסער פון נעכטן.
טאטע, אוי אוי טאטע,
איך וויל זיין בעסער פון נעכטן.
אוי אוי, בעסער פון נעכטן,
אוי אוי, איך וויל שוין פארעכטן.
אוי אוי, בעסער פון נעכטן,
אוי אוי, איך וועל פארעכטן.
איך טראכט נישט פונעם נעכטן,
און איך קלער נישט פונעם מארגן,
בלויז מיט וואס קען איך זיין בעסער היינט, איך טראכט.
מיט א התחלה דאסמאל אן עכטן,
קליינע טריט זענען היינט מיינע זארגן,
נאך די שוואכע שטראל פון זון אויפגאנג עס לייכט.
טאטע, אוי אוי טאטע,
איך וויל זיין בעסער פון נעכטן,
טאטע, אוי אוי טאטע,
איך וויל זיין עפעס בעסער פון נעכטן.
אוי אוי, בעסער פון נעכטן,
אוי אוי אוי, איך וויל שוין פארעכטן,
אוי אוי, בעסער פון נעכטן, אוי אוי אוי.
