Download PDF

פשוט ליב

הרמוניקה

Original Track

פשוט ליבהרמוניקה3:54

מיין הארץ זינגט די ליד פון אלע לידער,
אויפן טאקט עס קלאפט מיט שנעל.
די נפש כאטש אביסעלע א מידער,
פון שטיין אזוי לאנג ביים שוועל.

דאך מיט ליבשאפט בעט,
שלעפ מיר נאך דיר און איך וועל,
איך וועל לויפן צו דיר,
אריין אין דיין שטוב.

ווי א רויז מיט דערנער פיל ארומגענומען,
ווארטן פאר דיר איז שווער.
דאך נישט פון פיין מיין טרערן רינען,
נאר פון בענקשאפט קומט מיין טרער.

אבער אין די פרילינג זון,
איך מאך צו מיינע אויגן און איך הער,
איך הער ווי דו טוסט קומען,
מיר ארויסנעמען פון דעם קריג.

אויף מיין געלעגער, דארט שפעט ביינאכט,
מיין ליבשאפט צו דיר אויפגעוואכט,
איך בעט דיר, זוך דיר און טראכט,
וואו אויך דיין שטוב.

וואסער, לעשט נישט דעם שטראל,
טייכן, פארשוועמען נישט בכלל,
די פייער אין מיין הארץ ווייל,
ווייל, איך האב דיר פשוט ליב.

אין געפענגעניש איך האב איינגעדרימלט,
אבער מיין הארץ איז אויף צו דיר.
מיינע מחשבות ווידער צוטומעלט,
ביז איך הער דיין קלאפ אויפן טיר.
איך שטרעב און לעב פאר דיר,
און דו ביסט דא פאר מיר.
פאטער אין הימל, זינג איך פאר דיר דעם שיר.

איך זוך דיר אויף די גאסן,
אויך אין געדעכטן וואלד,
מיינע אויגן נאס, די ווינטן קאלט.
וואו ביסטו? קער זיך אום באלד,
און מיר צו ליב.
וואסער, לעשט נישט דעם שטראל,
טייכן, פארשוועמען נישט בכלל,
די פייער, אין מיין הארץ ווייל,
טאטע, איך האב דיך פשוט ליב.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection